בס"ד
אַ
געבעט פון נאָנט צו אַ מנין רבנים ומורי הוראה!!!
תהלים זייער וויכטיג!
אָבער וואָס איז מיט תשובה???
חשובע
טייערע ברידער און שוועסטער בני ובנות אברהם יצחק ויעקב, אַלע
הערצער זענען פאַרקלעמט, די געמיטער זענען צובראָכן, דער גייסט
צוקלאַפּט אין גאַנצן, הערנדיג און זעענדיק די שרעקליכע סצענעס און
טראַגעדיעס פון די לעצטע פּאָר וואָכן סיי אין ארץ ישראל סיי אין
אַמעריקע, אייראָפּע אד"ג. נאָנט צו 100 יונגע קינדער זענען
געבליבן אָהן טאַטע אָדער מאַמע ד' ירחם. צובראָכענע עלטערן האָבען
פאַרלוירען יונגע קינדער, מענער זענען געוואָרן אלמונים און פרויען
אלמנות פּלוצלונג.
מען
האָט קובע געווען צו זאָגן תהלים, יום כיפּור קטן, און התעוררות
דרשות, און בעוה"ר דער שטן המשחית האָט זיך נאָך נישט
אַוועקגעקערט. דער רמב"ם פּסק'ט (הל' תענית פ"א ה"ג) אויב עס קומען
צרות און מען טראַכט זיך אַז עס איז נאָר אַ פערצופאַל, אַ מנהג
העולם, ברענגט השי"ת נאָך גרעסערע צרות, ווייל די צרות דאַרפן זיין
דער מיטל צו וועקן און דערמאָנען אַז מען בעט און מען פאָדערט
עפּעס פון אונז, אַלעס גייט מיט אַ חשבון.
מורי
ורבותי, די אַלע טראַגעדיעס וואָס זענען באַוואוסט צום ציבור זענען
בלויז אַ טייל פון דער ווירקלעכקייט. דער מצב איז ליידער שרעקלעך,
איום ונורא. די ביקור חולים'ס אַלאַרמירן צו די רבנים און עסקנים
מיט מורא'דיגע וויי געשרייען. טיט וואָס איר קענט דער מלאך
המשחית זאָל זיך שוין אָפּטוהן. צענדליגער יונגע מענטשן זענען
געוואויר געוואָרן לעצטנס אַז די ריכטיגע מעשה האָט זיי געפּאַקט,
יונגע בחורים און מיידלעך מיט האַרץ פעלערן אָדער צוקער
(דייעביטיס) פּראָבלעמען. קליינע קינדער מיט נירן פּראָבלעמען.
אָהנע שיעור קינדער ווערן געבוירן יעדעס יאָר מיט פּערמאַנענטע
פעלערס ווי מאָנגאַליען, לונגען, האַרץ, צענדליגער יונגעלייט
מרה-שחורה ליידענדע, אָדער ערנסטע מאָגן פּראָבלעמען, לעבער
פּראָבלעמען. ממש נישטאָ נעבעך קיין שטוב כמעט אָהן די זאַכן. פון
ערנסטע אַלערזשיס שוין אָפּגערעדט. יעדער נייע מין ערפינדונג פון
היילן ווערט זאַפאָרט פאַרפלייצט מיט שווערע הונדערטער פּאַציענטן
וועלכע האָבן שוין אויסגעפּרואווט אַלעס, און האָפן אפשר דאָך, און
וואָס מיט די אַלע וועלכע זענען נאָכנישט געהאָלפן מיט קינדער.
טייכן
טרערן גיסן זיך ביי די ציונים הקדושים פון די הייליגע צדיקים,
דורכגעווייקטע תהלים'לעך, צוריסענע הערצער פון מאַמעס וועלכע
באַגיסן דעם קישן ביינאַכט מיט הייסע טרערן בעטנדיג אַ ישועה פאַר
איר אומגליקלעך קינד וועלכע האָט שוין רואינירט איר מאַנ'ס געזונט
און צובראָכן די גאַנצע שטוב ל"ע. טרערן וועלכע קומען פון די
טיפסטע טיפענישן פון האַרץ און שפּאַלטן די הימלען ביזן כסא הכבוד.
פאַרוואָס ווערן די אַלע תפלות ובקשות מיט טרערן און תהלים נישט
דערהערט, עס איז דאָך קרוב ד' לכל קוראיו, און אתה שומע תפלת כל
פה. אפילו אַ גנב ווען ער בעט מיט אַן אמת ווערט זיין תפלה דערהערט
און אַוודאי די כשר'ע ערליכע צניעות'דיגע פרויען וועלכע טוען נאָר
גוטס און זייער גאַנצער חיות און שטרעבונג איז דאָס בויען אידישע
הייזער.
מיר
האָבן אַ סך נאָכגעטראַכט אין די הייליגע ווערטער פון רמב"ם, אַז
ביי אידישע צרות פלעגט בית דין זיך צוזאַמענקומען און נאָכפאָרשטן
די עבירות פון שטאָט און מתקן געווען אַלעס, דאָס האָט גענומען דעם
ערשטן האַלבן טאָג, און נאָכדעם האָט מען עוסק געווען מיט תפלות
(רמב"ם הל' תענית פ"א הי"ז, וטור או"ח תקע"ה) דערפאַר האָבן מיר
באַשלאָסן מפרסם זיין דאָס פאָלגענדע.
ליידער ליידער די לעצטע יאָרן זענען פאַרמערט געוואָרן שרעקליכע
מכשולות פון חייבי כריתות וואו דער המון עם איז אַבסאָלוט נישט
שולדיק. עס הערשט שוידערליכע הפקרות אינעם געביט פון הוראת
שאלות נשים וועלכעס קומט דורך די מורי הוראה. דער שורש פון
פּראָבלעמען איז דער באַוואוסטער רב פון באָראָ-פּאַרק וועלכער איז
וועלט באַקאַנט פאַר זיינע איבערגעשריבענע קולות מיט היתירים
וועלכע קריכן אַרויס פון יעדן פּראָפּאָרץ.
דאָס
פאַר זיך איז שוין גענוג אַ צרה. צו דעם קומט צו אַז אַלע און
ממש אַלע רבנים און מורי הוראות ווייסן דערפון אַז דער רב טרויט
זיך מתיר זיין זאַכן וואָס זענען אייביג באַוואוסט געוואָרן
אין אַמעריקע אָדער ארץ ישראל אַלס איסור כרת מן התורה. די
האַרבע ענינים פון די תורה אויף וועלכן די גדולי ישראל האָבן
געציטערט ווייל דאָס איז דער יסוד קדושתן וטהרתן של ישראל.
וועלכע פאַראורזאַכן חורבונות, און ווי מיר זעהן אויך
קרבנות ה"י ווערט פאַרשוויגן, ווייל ווי קען מען אַרויסגיין
קעגן אַ גרויסן רב.
דער
חורבן האָט זיך אויסגעברייטערט ווען הצליח מעשה שטן און דער רב
האָט געעפנט אַ כולל לרבנים ומורי הוראה וואו מען נעמט דעם
קולות'דיגן שימוש, און מען העלפט פאַרשפּרייטן און אָנזייען חייבי
כריתות רחמנא ליצלן. דאָ אונטן שווייגט מען אָבער אין הימל שווייגט
מען נישט. דער הייליגער באַשעפער וואָס אין דבר נעלם ממנו, נעמט
אָן שריט אויפצואוועקן און דערמאָנען אַז שריט זאָל גענומען ווערן
דערוועגן, באַצייטנס...
און
צום ערגסטן! לעצטנס האָט זיך שטאַרק איינגעריסן ביי די אַנדערע
מורי הוראה וועלכע גייען יאָ צו ערנסט צו אַ שאלה, אַז צומאָל
צוליב רחמנות אויפן שואל שיקט מען אים (איר) צו יענעם רב
מכלומר'שט, ווייל ער האָט בקבלה מקיל צו זיין.
חשובע
רבנים ומורי הוראה, בחדרים תשחקו, ביי זיך אין האַרץ לאַכט איר פון
יענעמ'ס פּסקים, איר באַרעדט אים אַפילו, און איר שיקט צו אים,
הייתכן? איר פאַרגעסט אַז שיקן צו אים איז פּונקט ווי אַליינס
פּסק'נען ווייל דער אָנפרעגער גייט צו יענעם צוליב אייער הייסן,
און נאָכדעם קען ער שוין דעם אַדרעס אויפן גאַנצן לעבן.
די
אַלע מורי הוראה וועלכע האָבן נישט גענוג דרייסט זיך צו האַלטן ביי
זייער אייגן פּסק זאָגן זיי שיקן צו אַ אַנדערן ערנסטן מורה הוראה,
און מיט דעם האָבן זיי יוצא געווען, אַזוי האָבן זיך געפירט אַלע
רבנים פון פריערדיגן דור אָן אויסנאַם, און אויב זיי שפּירן צופיל
פּרעשער מתיר צו זיין זאָלן זיי אָפּלאָזן די הוראה און עס
איבערגעבן פאַר אַנדערע, דאָס איז איינס פון די נסיונות וועלכע אַ
רב מוז ביישטיין.
רבנים, זיצט נישט רוהיג מיט פאַרלייגטע הענט ווען איר זענט בכח
אָפּצוהאַלטן דאָס פאַרשפּרייטונג פון דעם חורבן, און שלאָפט נישט
רוהיג ווען איר העלפט נאָך דערצו סיי דורך שיקן מענטשן און דורך
געבן חיזוק דורכדעם.
איר
זאָלט וויסן, אַז צענדליגער יונגעלייט כאַפּן זיך אָן ווען זיי
הערן אַז רב פּלוני שיקט אויך צו דעם מקיל און דאָס איז שוין פאַר
זיי אַ וועג-ווייזער זיך צו פאַרלאָזן אויף אים.
הונדערטער נפשות בני נ... וועלכע זענען אַראָפּגעקומען אויף דעם
עולם דורך דעם רב דער מקיל האָט איר אַ גרויס חלק דערין, אויף
איינע פון די אויבנדערמאָנטע אופנים.
טייערע טאַטעס און מאַמעס!! ווען איר מאַכט דעם ערשטן שריט חתונה
צו האָבן און בויען אַ אידישע הויז וואָס לערנט מען אייך? מיר
וועלן אייך דערמאַנען! אויב איר ווילט האָבן געזונטע קינדער אָן
געבורט פעלער, אָן ווייטערע פּראָבלעמען, אויב איר ווילט זעהן
אידיש נחת פון די קינדער וואָס איז אייער הויפּט פליכט, געטס
אַכטונג אויף טהרת המשפּחה!!! איר טיט נעבעך וויפל איר קענט מיטן
גאַנצן ערנסטקייט אָבער דער בעל דבר האָט אייך געכאַפּט פון די
אַנדערע זייט, ער שיקט אייך צום גרעסטן קל ומקיל פון היינטיגן דור,
וועלכעס דער ערליכער כלל ישראל האָט קיינמאָל נישט פאַרמאָגט און
מאַכט אַ חורבן פון אַלעם. די שווערסטע שאלות זענען כשר ומותר
לכתחילה בלי שום פּקפּוק.
המעוררים - רבנים ומורי הוראה