דף צ    90 PAGE   

 

גליון "קול הסת"ם" # 90
כסלו תשס"ח לפ"ק

1. על כן ר' דוד לייב, עס קומט אייך א גרויסען קרעדיט, איך וויל אייך נישט אוועק מאכען, איר האט טאקע געטוהן א דבר גדול, און איך האב אויף אייך א גרויסן לימוד זכות, אז דוקא וועגען די גרויסע מלחמה וואס איר האט געהאט מיט ר' אברהם לייטנער וחביריו וואס זענען ארויס מיט אן איסור אקעגען אייך, זענט איר שוואך געווארן, און איר האט נישט געקענט דורכפירן וואס איר האט געוואלט.

2.  נאר ר' דוד לייב האט געמאכט עטליכע גרויסע טעותים, אפשר ווייל ער איז שוואך געווארן ווי רש"י הקדוש זאגט אין במדבר פרק יא פסוק טו ואם ככה את עשה לי - תשש כחו של משה כנקבה כשהראוהו הקב"ה הפורענות שהוא עתיד להביא עליהם על זאת אמר לפניו א"כ הרגני תחלה: ואל אראה ברעתי - ברעתם היה לו לכתוב אלא שכינה הכתוב וזה אחד מתקוני סופרים בתורה לכינוי ולתקון לשון.

3. ר' דוד לייב האט טאקע אויך נישט געהאט גענוג עסקנים, אדער געלט, און עס איז איהם געווען צו שווער אליין אנצופירן מיט די גרויסע ארבעט.

4. אבער מיר האבן שוין קאנטאקטס מיט גרויסע עסקנים, מען ארבעט אויסצוגעפונען, מעכטיגע סודות וואס מיר האפן ארויס צו געבן בקרוב.

5. מיר קענען ארבעטן מיט אייך אינאיינעם, איר זענט איינגעליידענט אויך צו טוהן אדרבה, רופט מיך אריין גיט אונז עצות מיר וועלען אלעס אננעמען, איר זענט דאך א קלוגער און א געלונגענער מענטש, מיר זענען בכלל נישט א קעגן אייך.

6. ווילן מיר אייך צו וויסן טוהן א וויכטיגע זאך, איך וויל אייך דאס זאגען און איך וויל אז יעדער זאל דאס הערן.

7. אז מיר האבן שוין געהאט פארויס א שליח, איינעם פון די גרעסטע רבנים אין יוראפ ביי א גרויסע קאמפאניס ...... [מיר האלטן דאס דוקא בסוד, (ווייל אין די מלחמה איז דאס א גרויסער יסוד דוקא צו געווינען, מען דארף קענען תכסיסי מלחמה) ווייל מיר ווילן זעהן מה יולד יום, מיר האבן צייט, ימים ידברו] ווייל מיר ווארטן צו זעהן אויב הרב ר' דוד לייב וועט ביי שטיין דעם נסיון פון די סוחרים מיט די שווערע מיליאנען. ימים ידברו.

יעצט וועלען מיר אייך פארליינען א בריוו פון הרב שמואל נתנאל בלום, וואס ער שרייבט, און האט מיך גערופן די פאריגע וואך, ער האט געזאגט אז ער שיקט דאס צו די צייטונגען, ער האט נאר נישט גענוג געלט מפרסם צו זיין, על כן יעדער איד קען דאס מפרסם זיין ולמצוה גדולה יחשב: