דף פב        PAGE 82

 

גליון "קול הסת"ם" # 82
כסלו תשס"ח לפ"ק

 

"שערי תירוצים לא ננעלו"!!!

די תירוצים פארוואס יאקאב האט נישא קיין הכשר – וואקסן אויף הייוון.

דא גיב איך איבער א חלק פון די פאלטשע תירוצים:

תירוץ # 1) "מיר נעמען נישט קיין הכשר צוליב ווייל מען האט פארשעמט אונזער טאטן פאר 24 יאהר צוריק ווען מען האט אים געכאפט מאכן קלף ביי א גוי שלא לשמה".

1) אויף דעם תירוץ האב איך שוין איינמאל געענטפערט, און איך וועל נאך אמאל ענטפערן – "די תירוץ פארוואס משה פינקל איז אנטלאפן פון מאנסי, ווייל מען האט אים פארשעמט, פארוואס איז ער אנטלאפן? ער וואלט דאך געקענט פארקויפן ווייטער אן א הכשר, פארוואס? ווייל מען האט אים פארשעמט – וויאזוי האט מען אים פארשעמט, ווייל מען האט אים נעבעך געכאפט – ווען מען כאפט אים ווען נישט, וואלט ער געקענט נאך 60 יאהר פארקויפן נבילות וטריפות ווייל פאר 30 יאהר צוריק האט ער באקומען א ברכה פון טשובינ'ער רב מיט סאטמאר רבי בעל דברי יואל מיט ר' אהרן קאטלער און ר' משה פיינשטיין און ר' יעקב קמינצקי און סקווירער רבי זצ"ל, און להבחל"ח רבי מאטעלע וויזניצער שליט"א, במילא קען ער ווייטער טוהן וואס ער וויל. – און יעצט "משה פינקל" מיט "אשר יאקאב" טוטס ענק פארמעסטן ווער האט באקומען מער ברכות. – משה פינקל קום ארויס פון דיין באהעלטעניש, דארף נישט מער ווי גיין צו "שמאי קהת הכהן גראס" מיט "משה ברנסדורפר" זאלן דיר שרייבן א שיינעם יחוס בריוו, דו האסט דאך גענוג א גרויסן יחוס, מען וועט דיר אויפנעמען מיט צוויי רעכטע הענט.

2) לויט דעם תירוץ ברויכט איר דאך באמת האבן א הכשר, וויבאלד מען האט ענק שוין 2 מאל געכאפט מיטן פארקויפן פסול'ע קלף.

3) היש לך בזיון גדול מזה, אז עטס ווילטס נישט נעמען קיין הכשר, וואס ליגט אונטער דעם? עטס אליינס מאכטס ענק אליין אן די גרעסטע בזיון – ווייל אין די סעקונדע וואס עטס נעמטס א הכשר וועט אין איין סעקונדע אלעס גוט ווערן און קיינער וועט מער נישט רעדן אויף ענק, עס וועט מער העלפן פון אלע ברכות מיט אלע בריוון.

אלא מאי עטס טוטס אלעס אין דער וועלט, הארגענען מענטשען, נעמען יחוס בריוון וכו', אבי נישט צו נעמען א הכשר, איז דאס דאך די גרעסטע באווייז אז עטס פארקויפטס ריכטיגע פסול'ע קלף לכל הדיעות, ווייל אויב נעמט עטס א הכשר, וועט מען ענק גלייך כאפן ביי די מעשה.

תירוץ # 2) פון וועמען זאלן מיר נעמען א הכשר, פון בעלז? וועלן דאך די עדה'ניקס נישט קויפן די קלף. ווייטער זאלן מיר נעמען א הכשר פון די עדה? וועט דאך בעלז נישט קויפן – במילא נעמען מיר נישט קיין הכשר, ווייל מיר ווילן אריינכאפן אין זאק גאנץ כלל ישראל אן קיין פאליטיק.

אויב דער תירוץ איז א גוטע תירוץ – 1) איז אויב אזוי, וויאזוי ביסטו געגאנגען נעמען א צעטל פון שמאי גראס ווייל דו ביסט א בעלזער, קיין איין סאטמאר חסיד וועט דאך יעצט פון דיר נישט וועלן קויפן קיין קלף.

2) דעמאלטס פארוואס נעמסטו נישט א השגחה פון הרב וואזנער אדער פון הרב לנדוי וואס דאס איז גוט פאר יעדן?

3) אויב די מיליאנען יריעות וואס דו האסט פארקויפט ביז היינט, האט קיינער נישט געפרעגט וועמעס הכשר דאס האט, איז וואס איז פלוצלינג געשעהן אז דוקא צוליבן הכשר וועט מען דאס נישט וועלן קויפן ווייל די הכשר איז פון א אנדערע פארטיי, זוכן דען די קונים א פארטיי, זיי זוכן דאך נאר קלף צו שרייבן.

4) און אפילו אלע האבן געוויסט אז דו ביסט א בעלזער, פונדעסט וועגן דאך האט גאנץ סאטמאר געקויפט ביי דיר.

תירוץ # 3) "אונזער טאטע לאזט נישט נעמען קיין הכשר, ווייל ער וויל מיר זאלן אליינס אלעס מאכן אן קיין גוים, און מען זאל זיך פארלאזן אויף אונז אזוי ווי א קינד עסט היימיש בי זיין טאטן אין שטוב – און טאמער וועלן מיר נעמען א הכשר וועט עס דאך שוין נישט הייסן אז מיר זענען פארלעסליך".

דאס איז דאך א שקר מוחלט – 1) איז אויב אזוי, וואס איז פשט פון ר' מאיר ברנסדורפר'ס בריוו אז גוים ארבעטן אויך דארט.

2) רבנים זאגן דאך עדות אז זיי האבן געזעהן גוים ארבעטן ביי ענק.

3) פאר 24 יאהר צוריק האט מען ענק געכאפט מיט עדות אז גוים ארבעטן דארט.

4) ווען דער גוי ארבעט ביי דיר, הייסט עס נאך אלץ ווי מען מאכט אלעס אליינס – אבער ווען דו וועסט נעמען א השגחה הייסט עס שוין נישט ווי מען מאכט עס אליינס. – עטס מאכטס דאך ליצנות פון זיך אליינס.

תירוץ # 4) "מיר נעמען נישט קיין הכשר, ווייל די עדה החרדית וויל נישט געבן קיין הכשר נאר אויף עבודת יד נישט עבודת מכונה".

1) דאס איז דאך א סתירה מיטן פריערדיגן תירוץ אז נאר צוליב פאליטיק ווילט עטס נישט נעמען קיין הכשר פון די עדה.

2) פארוואס נעמט עטס נישט א הכשר פון די עדה אויף עבודת יד.

תירוץ # 5) "מיר נעמען נישט קיין הכשר, ווייל מען וועט זיך אויסלערנען אונזערע סודות – און מען אונז צונעמען די ביזנעס".

1) ווער וועט ענק צונעמען די ביזנעס? הרב שמואל וואזנער אדער הרב משה שטרנבוך אדער וועלכע אנדערע ערליכע משגיח תמידי עס איז.

2) איר זאגט קלאר פאר אלע סופרים אז דאס וואס עס שרייבט זיך אזוי גוט אויף אייער פארמעט איז נישט צוליב די סודות נאר צוליב די ברכה פון די צדיקים – ווי זענען אלע סודות פלוצלינג אנטלאפן.

3) אויב האט איר טאקע אזעלכע הייליגע ברכות, פארוואס האט איר דעמאלטס אזוי מורא אז מען וועט ענק צוכאפן די סודות? און פארוואס סטראשעט איר מיט הארגענען נחום ראזענבערג.

תירוץ # 6) "אויב וועלן מיר נעמען א הכשר – וועלן מיר דאך קענען טוהן אלע קולות וואס עס טוען אלע וואס האבן א הכשר, ווי למשל נעמען ארבעטערס אראבערס".

1) אן א הכשר קענסטו פארקויפן פאר יעדן "וויליאמסבורג ברידזש" אז דו האסט נישט קיין אראבערס – מה שאין כן ווען דו וועסט יא נעמען א הכשר – איז לא די וואס מען וועט דיר פאקען מיט אראבערס ארבעטערס, נאר מען וועט דיר פאקען מיט די ריכטיגע אראבישע סחורה וויפיל סחורה דו נעמסט לכתחילה פון די אראבישע לענדער.

אפילו משה פינקל האט נישט געהאט אזויפיל תירוצים!!!