דף עט PAGE 79
גליון "קול הסת"ם" # 79
כסלו תשס"ח לפ"ק
1.יעצט וויל איך געבן א מעסידזש פאר הרב מנחם דאווידאוויטש שליט"א דער ראש און די רבי פון אלע סופרים שבדורינו!
2. צענדליגע סופרים רופן מיך, אז איר האט זיי מפורש געזאגט אז זיי קענען ניצען סיי וועלעכע קלף עס שרייבט זיך געשמאק, אפילו עס האט נישט קיין הכשר.
3. אלע האבען טענות צו אייך.
4. איר האט דאך יא געוואוסט אז עס איז שוין דא 10 הכשרים אויף קלף, ווי האט איר נישט קיין טראפ יראת שמים, און בשאט נפש האט איר מכשיל געווען טויזנטער אידען מיט פסולע קלף, ווארט נאר, איך האב זיי שוין געההייסן זיי זאלן אייך רופן צו א דין תורה!
5. איר זענט שוין א יוד פון 90 יאר לאורך ימים ושנים וטובים, עס איז שוין צייט איר זאלט תשובה טוהן, און אויפהערען מכשיל צו זיין אין האלסעיל.
6. איך נחום ראז"ב, זאג ענק פאראויס וואס דא גייט זיין:
7. יאקאב וועט נאך פאר אייך ר' מנחם דאווידאוויטש אנטראגן א שיינעם סכום געלט אז איר זאלט קומען קוקן אין זיין פאבריק און עדות זאגן און שרייבען א שיינעם בריוו אז אלעס איז דארט כשר וישר, כדי אז די נעקסטע הונדערט יאהר זאלן אלע סופרים קויפן בלויז פון דעם קלף, ווייל איר האט דאך דאס גרעסטע ווארט אויף אלע סופרים.
8. אזוי לויפט ארום יאקאב ווי א פאר'סמ'טע מייז פון מעכיל צו רעכיל, צו רבנים און שיינע אידן פון 80 יאר און העכער, אז זיי זאלן קומען עדות זאגן אז די חזיר איז כשר, און פאר זיי די אלטע רבנים וויל ער פארקויפן וויליאמסבורג ברידזש.
9. יעצט חזר'ט זיך איבער די זעלבע מעשה פון פינקל, אז נאך דעם האט מען געכאפט נאך 7 פלייש געשעפטן וואס האבן געטוהן און טוהן ווייטער דאס זעלבע ווי פינקל מיטן הכשר פון באטערער מיט נאך רבנים, עס איז אפילו געווען אויפן קול מבשר, נאר די באטערער מיט די אנדערע רבנים המכשירים האבן דאס אפגעשטילט.