דף עז PAGE 77
גליון "קול הסת"ם" # 77
כסלו תשס"ח לפ"ק
מיר ליינען אין הייליגע מגילה:
(א) וּמָרְדֳּכַי יָדַע אֶת כָּל אֲשֶׁר נַעֲשָׂה וַיִּקְרַע מָרְדֳּכַי אֶת בְּגָדָיו וַיִּלְבַּשׁ שַׂק וָאֵפֶר וַיֵּצֵא בְּתוֹךְ הָעִיר וַיִּזְעַק זְעָקָה גְדֹלָה וּמָרָה: (ב) וַיָּבוֹא עַד לִפְנֵי שַׁעַר הַמֶּלֶךְ כִּי אֵין לָבוֹא אֶל שַׁעַר הַמֶּלֶךְ בִּלְבוּשׁ שָׂק: (ג) וּבְכָל מְדִינָה וּמְדִינָה מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר הַמֶּלֶךְ וְדָתוֹ מַגִּיעַ אֵבֶל גָּדוֹל לַיְּהוּדִים וְצוֹם וּבְכִי וּמִסְפֵּד שַׂק וָאֵפֶר יֻצַּע לָרַבִּים )ספר אסתר פרק ד(
טראך טראך די הימעל פאלט איין!
וואס איז געשעהן?
דער עולם מיינט אז איך בין שוין איינגעשלאפן – די שערוריית הקלף איז איינגעשלאפן !!!
רבותי די סוחרי הקלף שלאפן שוין גארנישט, זיי האבן שוין פרובירט אלעס אויף דער וועלט, זיי האבן שוין גענומען 2 אזוי גערופענע רבנים פונעם ערב רב מכשיר צו זיין זייערע לאנגע בערד וואס וואקסט שוין 60 יאהר, און זיי האבן געזעהן אז דאס זיי גאר וויניג געהאלפן, איך האב אינסייד אינפארמעישאן, 83% ביזנעס האבן פארלוירן די סוחרי הקלף וואס האבן נאך נישט קיין הכשר, קיין איין ערליכע איד וויל נישט אריינלייגן זיין געלט אויף אראבישע קלף און זיין א קרקפתא דלא מנח תפילין צוליבן זיך פארלאזן אויף זייערע לאנגע בערד.
יעצט רבותי גיי איך אייך פארציילן א זאך וואס די האר פון קאפ וועט זיך ענק אויפשטעלן.
רבותי איך האב באקומען א טעלעפאן פון יאקאב נאכדעם וואס ער האט שוין א שיינעם יחוס בריוו פון די צוויי רבנים, הרב שמאי גראס דומ"ץ בעלז, און הרב משה ברנסדורפר דומ"ץ עדה החרדית.
איך וויל ענק אויפשפילן א טעיפ ווי יאקאב סטראשעט מיך מיט הארגענען אויב איך וועל נישט אויפהערן מפרסם צו זיין דעם אמת וועגן זיין קלף – ווייל ער באקומט יעדן טאג הונדערטער טעלעפאנען פון די גענצע וועלט וועגן קלף – און די גאנצע ביזנעס גייט אים באנקראט.
איך וואלט געוואלט אז כלל ישראל זאל הערן ווי מען סטראשעט מיך מיטן לעבן, יאקאב'ס קינדער, און ווי מ'סטראשעט דעם סופר.
הסופר הרב בלום:
דא רעדט שמואל נתנאל בלום, די סופר פון בית שמש, וואס איך האב געמאכט אדווערטייזמענטס איבעראל אז איך געב צוריק געלט, נעכטן נאכט מוצאי שבת קודש ויצא באקום איך א טעלעפאן קאל, איינער רופט מיך אן אין שטוב, נישט אלץ הייב איך אויף, בקיצור איך הייב אויף, עס איז געווען אנאנימעס קאלער, מען פרעגט מיר: "איז דאס בלום די סופר וואס האט געמאכט אדווערטייזמענטס"? זאג איך יא, איך בין דאס. און ער גיט א זאג א ווארט קורץ און שארף, "אז נאך איינמאל אז איר וועט אדווערטייזן אז איר גיט צוריק געלט צוליב די פסול'ע קלפים, וועט מען דיר אינאנצען אוועקלייגן".
אזוי זאגט יענער, ער סטראשעט, שוין, איך וויל פרובירן צוריק צו ענטפערן, פרעגן וואס און ווען, און פלוצלינג איז שוין דא א דייל-טאָן, און יענער האקט אראפ די טעלעפאן, עס איז שוין נישט דא צו וועם צו רעדן, קענסט רעדן צו א דופן.
ברוך השם אז אונז זענען שוין מלומד בניסים, איך בין א אייניקל פון קאשוי רב זי"ע, און איר ווייסט דאך מען האט אים געוואלט אינגאנצען אוועקלייגן ביי די חלב פרשה, און טראץ דעם האט ער זוכה געווען צו אריכות ימים, אז ער האט געלעבט קרוב צו 100 יאהר, 96 יאהר, טראץ דעם וואס מען האט איהם הונדערטער מאהל געוואלט הארגענען.
למעשה האב איך שוין געהאט מחליט געווען פון לאנג, אז איך האב שוין נישט וואס צו אדווערטייזן מער, און ב"ה די קונים זענען שוין צוריקגעקומען, נישט אלע קונים, אבער צוביסלעך קומט מען צוריק צו מיר, אני את נפשי הצלתי, מיין חלק פון גיהנם האב איך שוין יוצא געווען, אבער יעצט צוליב דעם טעלעפאן קאל, בין איך שוין געווארן אינגאנצען צושפרינגען, אינגאנצען צופייערט.
האב איך מחליט געווען אז טאמער די מענטשען קענען מיך שוין סטראשענען מיטן לעבן, איז א סימן, אז יעצט ווער איך געוואר, אז וואב איך וויי ביז היינט וועגען די קלפים, איז נאר א טויזענטסטעל מאהל, איז נאר א חלק פון מיליון וואס איך ווייס ביז היינט, אז עס איז נאך טויזענט מאהל ערגער ווי איך האב געשריבן ביז היינט. (ביז אהער הרב בלום).
יעצט האט איר געהערט לייוו LIVE (שידור חי) ווי ר' נתנאל בלום, דער סופר, וואס ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אויסגעזאגט דעם אמת, אז עס איז א פראבלעם מיט די קלף, ער איז דאס געוואר געווארן פון מיין האַט-ליין, און ער האט נאכגעקוקט אין ארץ ישראל, און ער האט געזעהן אז עס איז צרות, האט ער מסכים געווען אז ער וועל צוריקגעבן פאר יעדן איינעם דאס געלט.
און אז מענטשען זעהן זיין מסירות נפש, הייבט מען דאך אן צו גלייבן אז עס איז יש דברים בגו. האט מען אים קודם געסטראשעט מיטן לעבן.
יעצט וועט איר הערן ווי איינער פון יאקאב'ס קינדער סטראשענען מיך מיטן לעבן, איך לאז ענק עס הערן לייוו LIVE.
הרב יאקאב פון די קלף סטראשעט מיט הארגענען:
ר' נחום, אגוטן, דא רעדט איינער פון אשר יאקאב'ס קינדער, איך וויל אייך סתם זאגן, אויב איר וועט נישט אויפהערן צו באשמוצען, זאג איך אייך צו, איך ווארן אייך מיטן לעבן, איך האב השגחה, מען האט מיר געזאגט הרב דושינסקיא, ער איז אביסל ערליכער פון אייך, און איך האב א עוויטרעט אויף אלעס וואס איך טוה, איר זענט נישט בעל הבית אויף די אידישקייט, און פארטיג, איך מעג מאכן מיין פרנסה, אזוי ווי מען דארף עס מאכן על פי קודש, נישט אזוי ווי ר' נחום, האסט געהערט? און אויב עס וועט זיך נישט אויפהערן, בין איך אייך נישט מקנא, מען מאכט מיך משוגע א גאנצן טאג, לאזט מיך לעבן. (ביז אהער הרב יאקאב).
סאָ ס'זעהט אויס אז עב הייבט שוין אן צו באקומען די מעסעדזש א קראָס די וועלט, ווייל אז מען סטראשעט שוין מיטן לעבן האלט מען שוין אויף א וועג.
פיין, איך דאנק אים זייער מיסטער יאקאב'ס קינדער, איך ווייס נישט ווער דאס איז געווען, און דעם ר' נתנאל בלום האט מען אויך געסטראשעט, אבער יענער האט נישט געזאגט ווער ער איז.
סאָ עס איז א מלחמה.
און אויב מיינט איר אז נאר מיר מיטן סופר סטראשענען זיי? מאכט איר א טעות, זיי גייען ארום פון איינעם צום אנדערן צו סטראשענען, אז ווער עס וועט נאך עפעס טוהן מעורר צו זיין אז קלף דארף האבן א הכשר, איז אחת דתו להמית.
וְהִיא שֶׁעָמְדָה לַאֲבוֹתֵינוּ וְלָנוּ, שֶׁלֹּא אֶחָד בִּלְבַד עָמַד עָלֵינוּ לְכַלּוֹתֵנוּ, אֶלָּא שֶׁבְּכָל דּוֹר וָדוֹר עוֹמְדִים עָלֵינוּ לְכַלּוֹתֵנוּ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַצִּילֵנוּ מִיָּדָם: