דף ערה PAGE 275
גליון "קול הסת"ם - השחיטה
והניקור"
# 275 -
שבט תשס"ח לפ"ק
ג'
בשלח תשס"ח
בס"ד
מעשה יא
הרב טייץ שרייט ביים סאטמערער רבין
געוואלד מען עסט טריפות, ער רעדט אויפן ראדיא!
"כי משמש בד' לשונות",
לעבער וסוויט ברעסט משמש בששה לשונות.
הרב טייץ גייט אַריבער צום סאַטמאַרער רבי'ן און ער שרייט געוואַלד אַז די סאַטמאַרער שוחטים שעכטן איין שוחט 60 בהמות אין איין שעה אָן אַ בודק סכינים, און זענען עובר אויף די תקנת הקדמונים און מען גייט אַוועק פון דרך החתם סופר, אַז איין שוחט טאָר נישט שעכטן אַליין, ובפרט ביי אַזאַ גרויסע שחיטה פון 60 בהמות וואָס עס איז בכלל נישט מעגליך צו קענען שעכטן און בודק זיין איינער אַליין דעם חליף, און אַז מען פאַרקויפט אויף יעדע בהמה וואָס מען שעכט 5 צונגען און 5 לעבערס, און טויזנטער פונט גראשיצע (סוויט ברעסט).
הרב טייץ פון עליזאַבעט איז אַריבערגעקומען צום סאַטמאַרער רבי'ן און האָט אים דערציילט אַז אַזוי ווי ער האָט אַ שחיטה אין ניו דזשוירזי און דאָרט שעכטן אויך די סאַטמאַרער שוחטים, און ביי ראַבאַי טייצ'עס שוחטים שעכטן צוויי שוחטים אויף איין מאָל, און ביי די סאַטמאַרער שוחטים שעכטן נאָר איין שוחט 60 בהמות אין איין שעה, און אַזוי ווי דער סאַטמאַרער רבי גייט דאָך אין דרך החתם סופר, ווי אַזוי לאָזט ער דאָס צו? צווייטנס: אַז אויף יעדע בהמה וואָס מען שעכט פאַרקויפט מען 5 צונגען, 5 לעבערס און טויזנטער פונטן גראשיצע, ואין פּוצה פּה ומצפצפף.
דער סאַטמאַרער רבי לאָזט רופן עזריאל גליק און זאָגט אים, דו הערסט וואָס הרב טייץ זאָגט? רופט זיך אָן עזריאל גליק, ער רעדט אויף אונזער שחיטה? ער האָט שוחטים וואָס האַלטן נישט קיין טהרת הבית, און ער רעדט נאָך? רופט זיך אָן דער רבי נאָך דעם וואָס די ווערטער פון עזריאל'ס זענען שוין ביי אים געווען 100% אמת, וואָס זאָגסטו יעצט?
האָט ראַבאַי טייץ געענטפערט, איך דערצייל אייך אַ זאַך וואָס איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן, וואָס דערציילט ער זאַכן וואָס קיינער ווייסט נישט וואָס עס טוט זיך ביי יענעם אין שטוב? זאָל ער זאָגן אויב עס שעכט איין שוחט אָדער צוויי, איז דאָס אמת אָדער נישט?
עזריאל האָט בלית ברירה מודה געווען, אַז דער סאַטמאַרער רבי האָט געהייסן מען זאָל שטעלן צוויי שוחטים צו די שחיטה (די צוויי שוחטים האָט נאָר געדויערט אַ פּאָר וואָכן). און מען איז צוריקגעגאַנגען צום אַלטן דרך, אַז מען האָט געשאָכטן מיט איין שוחט.
הרב טייץ איז דעמאָלט אַרויסגעקומען אויפן ראַדיאָ, וועגן די מעשה וואָס מען שעכט איין בהמה און מען פאַרקויפט 5 צונגען מיט לעבערס, און האָט דאָס מרמז געווען אויפן מאמר חז"ל "כי משמש בד' לשונות", ביז די פלייש חברה זענען אַרויס מיט אַ גרויסן טעראָר קעגן הרב טייץ, און ער האָט אויפגעהערט מיט זיין מלחמה קעגן די פליישן.
a
מעשה יב
דער סאַטמאַרער רבי שיקט דעם פריימאַנער רב, הרב ר' יושע העשל דייטש פון לאָס אַנדזשעלעס, צו די גסות שחיטה, און באַקומט אַ פּונקטליכן רעפּאָרט
דער סאַטמאַרער רבי האָט געוואָלט וויסן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, האָט ער געוואָלט שיקן אַ רב קוקן אויף די שחיטה. ער האָט געזאָגט פאַר איינעם פון זיינע נאָנטע אַז ער וויל שיקן איינעם קוקן אויף די שחיטה, האָט דער פּלוני געזאָגט פאַרן רבי'ן אַז וויינשטאָק לאָזט קיינעם נישט אַריין. ער האָט זיך בכלל נישט דערשראָקן פון צו געבן דעם רבי'ן אַזאַ מאָדנע תשובה, וויסנדיג אַז וויינשטאָק צאָלט דאָך ריזיגע געלטער. נו! ווער איז דען דער בעל הבית?
האָט דער רבי געזאָגט אַז אַזוי ווי הרב ר' יהושע העשיל דייטש וויל מאַכן אַ שחיטה אין לאָס אַנדזשעלעס, און ער וויל מאַכן פּונקט אַזוי ווי דאָ הי, ממילא וועט דער קצב הידוע שוין מסכים זיין, וכך הוה. דער פּלאַן איז אַדורך, און הרב הנ"ל איז געגאַנגען באַקוקן די שחיטה. אַזוי ווי הרב הנ"ל איז אויך געווען אַמאָל אַ שוחט, האָט ער פּינקטליך געוואוסט אַלעס וואָס עס קומט פאָר, און האָט אַלעס איבערגעגעבן פאַר'ן רבי'ן, און דער רבי האָט געהייסן מאַכן פאַרשידענע תיקונים. מען האָט טאַקע געמאַכט תיקונים, אָבער עס האָט געדויערט נאָר צוויי וואָכן.
אַ מעשה נורא מיט ר' יצחק לעווי מסאַטמאַר, מיט זיין סאַלאַמי און פלייש געשעפט
יצחק לעווי איז איינער פון די חשוב'ע אידן אין סאַטמאַרער בית המדרש, ווי עס איז באַקאַנט אַז דער סאַטמאַרער רבי זי"ע האָט גערופן זיין ווייב מיט'ן נאָמען פּעלא. זי איז געווען אַ גרויסע צדיקת, זי פלעגט צוזאַמעננעמען געלט פאַר אַלע מוסדות און געגעבן פאַר די סאַטמאַרער רביצין תליט"א, און אויך פלעגט זי ברענגען גאַנצע פּעקלעך מיט געלט פאַר'ן סאַטמאַרער רבי'ן.
ויהי היום, עס איז געווען מיט אַן ערך 26 יאָר צוריק, עס איז געווען אַן אסיפה ביים סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, און דער לאַנדסבערגער רב האָט זיך אָנגערופן אַז יצחק לעווי מאַכט סאַלאַמיס מיט אַלע פּאַסטראַמיס מיט טוירקי ראָל און ער האָט נישט קיין השגחה. ער שרייבט "למהדרין מן המהדרין", אָן קיין שום השגחה? האָט זיך אָנגערופן איינער פון די יוצאי משרתיו: "וואָס הייסט, יצחק לעווי דאַרף אַ השגחה? אַזאַ חשובער איד! ער איז נישט באַגלייבט?".
האָט דער רבי זצ"ל זיך אָנגערופן, עס איז נישט פאַראַן צו זאָגן, קיינער איז נישט באַגלייבט אָן אַ השגחה, און האָט ווייטער געזאָגט, אַז "אפילו ווען איך וואָלט געווען אַ מאַניפעקטשורער, וואָלט איך אויך נישט געווען באַגלייבט אָן אַ גוטן משגיח מיט אַ גוטן רב, ווייל איך וואָלט געטראַכט אויסצופאָפּען דעם רב מיטן משגיח אויף וואָס פאַר אַן אופן עס קען נאָר זיין, ווייל ווען איך בין אַ ביזנעסמאַן טראַכט איך אַז יעדע פּעני שפּילט ביי מיר אַ גרויסע ראָלע, ווייל פון אַ פּעני אין ביזנעס ווערט מיליאָנען, און אָן אַ משגיח האָט מען נישט קיין שום נאמנות. איר קענט נישט דעם בעל דבר, מיט געלט כאַפּט ער אַריין יעדן איינעם".
עס איז געבליבן אַז אַפילו דער יצחק לעווי דאַרף אויך האָבן אַ השגחה, אָבער ליידער למעשה איז דאָס נישט אויסגעפירט געוואָרן, און עד היום הזה האָט ער נישט קיין השגחה.
מיט אַן ערך 20 יאָר צוריק איז געשען אַ מעשה נורא. מען האָט דעם דערמאנטן יצחק לעווי איינגעשפּאַרט אין תפיסה. מען האָט געדאַרפט האָבן אַן ערך פון 150,000$ אויסלייז געלט. וואָס איז געשען? מען איז באַלד געלאָפן צום רבי'ן מיט אַ "ויצעקו", פּדיון שבויים. דעם רבי'ן האָט מען געזאָגט אַז מען האָט אים געכאַפּט מיט מייז און מען האָט אים באַשטראָפט פון די גאָווערנמענט, איז דאָך אַ רחמנות, וואָס הייסט, ארעסטירן פאַר האָבן מייז אין געשעפטן, רשעים וכו'.
דער אמת איז, האָט דער עולם געשמועסט, אַז מען האָט אים געכאַפּט - נישט די רבנים - נאָר די רעגירונג - מיט טריפה פלייש ממש!!! טייל זאָגן אַז ער האָט דאָס געקויפט פון די נאָרט אָדער פון די וועסט, דאָס גאַנצע סאַטמאַרער בית המדרש איז געגאַנגען אויף קעסל און כלים. איר קענט זיך אינטערעסירן אין סאַטמאַר, דער עולם ווייסט דערפון.
דער רבי האָט אָנגעפאַנגען אַ מבצע הצלה. אַלע עשירים האָבן אָנגעהויבן צו געבן געלט, וואָס הייסט, דער רבי האָט געהייסן! מען האט טאַקע צוזאַמענגעשטעלט אַ שיינע סומע געלט. סוף-סוף איז נתגלה געוואָרן, אַז ער האָט אַריינגעברענגט פון אויסער אַמעריקע נישט קיין כשר פלייש, און די רעגירונג האָט אים געכאַפּט.
דער קאַפּישער רב זצ"ל האָט דעמאָלט אינמיטן פאָרלערנען געזאָגט ברבים (וואָס, אגב, דער ר' יצחק לעווי פלעגט זיצן ביי זיין שיעור) וואָס הייסט ר' יצחק לוי מסאטמאר? ווייל ער רופט זיך סאַטמאַר דאַרף ער שוין נישט האָבן קיין השגחה? ווי איז דאָס געהערט געוואָרן אַזוינס אַז אַ איד זאָל פאַרקויפן אין די הונדערטער טויזנטער פונט פלייש אַ וואָך און זאָל נישט האָבן אַ השגחה? (אגב: דער ר' יצחק לעווי פלעגט אויפשטיין יעדן פאַרטאָגס אום 4 אַזייגער און האָט געלערנט אין בית המדרש).
a
מעשה יד
אַ מורא'דיגע מעשה פון הייליגן ר' ברוך גארליצער זצוקללה"ה, וואָס איך האָב אליין געהערט פון כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל
אין יאָר תשל"ו, איידער איך האָב אַרויסגעגעבן דעם "מדריך לכשרות" נומער 14, וואָס דאָרט האָט זיך אָנגעפאַנגען די מורא'דיגע היסטאָריע פון אַנטפּלעקן די סקאַנדאַלן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין גערעדט כמעט מיט אַלע רבנים פון התאחדות הרבנים אַז זיי זאָלן זען מתקן צו זיין די שחיטה, האָב איך געהערט אַז דער קלויזנבורגער רבי איז אַ גרויסער מומחה אין עניני שחיטה. בין איך אַריבער מיט אַ בנש"ק (וואָס איז אויך אַ מומחה אין די ענינים פון שחיטה) צום קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל.
בשעת מיר זיינען אַריינגעקומען און דער רבי פרעגט אונז וואָס איז אונזער באַגער, האָבן מיר געענטפערט אַז מיר זיינען געקומען איבערשמועסן דעם מצב הכשרות וועגן די סקאַנדאַלן וואָס קומען פאָר ביי די שחיטה.
האָט דער רבי אונז באַלד געזאָגט, אַז אויב אין שנת תשל"ו זענען נאָך דאָ צוויי יונגעלייט וואָס עס טוט זיי וויי אַז מען פיטערט דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, מעג שוין משיח קומען.
און אַזוי האָב איך אָנגעפאַנגען צו דערציילן היסטאָריעס וואָס עס טוט זיך ביי די שחיטה. מיר האָבן גערעדט וועגן כל מיני שאלות ותשובות וואָס עס האָבן זיך אָפּגעטוהן אין אַלע דורות אין מצב פון די שחיטות. דער קלויזנבורגער רבי האָט געוואוסט וועגן צענדליגער שחיטה ספרים וואָס ברענגען אַראָפּ אַלע מיני מעשיות, וואָס מיר איז דאָס מערסטע דערפון געווען באַקאַנט.
און אַזוי האָב איך דערציילט דעם רבי'ן פאַרשידענע מעשיות. ער איז מיט גאָרנישט געווען הינטערשטעליג, און האָט אונז געזאָגט, אַז ער שרייט שוין 30 יאָר אַז מען עסט זיך אָן אין אַמעריקע מיט נבילות וטריפות. אויך האָט ער צוגעלייגט אַז אין דער אַלטער היים אין קלויזנבורג פלעגט ער לויפן צו די שחיטה דריי מאָל אַ טאָג, ווייל ער האָט געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט. אויך האָט ער צוגעלייגט, אַז דער הייליגער חתם סופר פלעגט דאָס זעלבע טוהן, ווי ער שרייבט אין די תשובה (יו"ד סימן י"ח) אַז ער פלעגט גיין עטליכע מאָל אַ טאָג צו די שחיטה, און כל שכן ווי מיר דאַרפן זיין געוואָרנט, ווייל דער בעל דבר איז עלטער געוואָרן, און ער ווייסט שוין מער פּאַטענטן ווי אַזוי צו מאכיל טריפות זיין אין האָלסעיל.
דער קלויזנבורגער רבי האָט אונז געזאָגט: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין.
ומעשה שהיה כך היה:
עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן מאָניש דער שוחט. דער מאָניש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.
מאָניש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.
ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' מאניש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט מאָניש קיין בערלין.
האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.
דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט מאָניש'ן.
דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.
די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט מאָניש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' מאָניש אָנגענומען די שחיטה.
דער שוחט ר' מאניש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.
עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.
דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.
דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?
דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.
דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' מאניש דעם שוחט צום גרויסן שפּיטאָל אין יענע געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. מען האָט אויך באשטעלט פון איבעראל די בעסטע דאקטורים. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע, און די דאקטוירים האבן באלד מחליט געווען, אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.
דער שוחט ר' מאָניש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' מאניש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' מאָניש איז אַהיים געגאַנגען.
די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' מאניש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' מאניש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.
אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' מאניש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' מאָניש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:
"מאָניש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"
האָט ר' מאָניש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".
דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "מאָניש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' מאָנישן, די האַנט, און מאָניש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.
איצט האָט מאָניש ווייטער דערציילט:
"היינט, אינמיטן די נאַכט, קומט נאָך אַמאָל דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "מאָניש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".
דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "מאָניש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".
דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".
דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.
דער קלויזענבורגער רבי רופט זיך אָן: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן בייגעוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.
אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף די וועלט און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט גורם זיין צו מאכיל טריפות זיין פאַר אַ ציבור אידן?
דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.
a
מעשה טו.
אַ מורא'דיגע מעשה וואָס האָט פּאסירט אין די שטאט קראלע אין יאָר תרפּ"ח, בשעת דער סאטמארער רבי איז דארט געווען רב.
דער סאטמארער רבי גיט ארויס אַ תשובה, מען זאָל כשר'ן אלע כלים, ועוד.
עס איז געווען אין קראלע אַ איד וואָס האָט געהייסען משה בער ווידער. ער איז געווען משגיח אין די פלייש באנק (בוטשער סטאָר). פאַר'ן משגיח אליין האָט מען געשאָכטן אָן צו באַצאָלן געבעלע געלט (דאָס מיינט שחיטה געלט). [דער משה בער ווידער איז געווען אַ גרויסער ארימאן. ער האָט ל"ע געהאט נישט קיין געראטענע קינדער].
אין קראָלע איז געווען אַ איד אַ גביר אדיר, אַ וויין סוחר, ער האָט געהייסען שלעזינגער (ער האָט נישט געהאט קיין בארד, אָבער ער איז געווען אַ געוואלדיגער ירא שמים). דער שלעזינגער האָט געהאט אַ גרויסע קאָך, אַ ריזיגע הכנסת אורחים שטוב, ביי אים פלעגן עסן אַלע אורחים, און אַ סאַך בחורים פון די ישיבה, און ווער נישט?
ביי דעם עושר שלעזינגער האָט געאַרבעט אַ זוהן פון דעם משה בער ווידער אַלס משרת פאַר מרס. שלעזינגער אין שטוב (ווי אויבן דערמאנט, איז דער משה בער ווידער געווען אַ גרויסער אָרימאַן, און האָט נישט געדאַרפט באַצאָלן געבעלע געלט).
ויהי היום: מרס. שלעזינגער שיקט דאָס קינד ווידער צום שוחט מיט 20 גענז צו שעכטן פאַר איר ריזיגן הכנסת אורחים פּראָיעקט. און אַזוי ווי פאַר זיין טאַטן (וואָס איז געווען דער משגיח אין די פלייש באַנק) האָט נישט געקאָסט קיין געבעלע געלט, האָט דער זוהן ווידער געזאָגט פאַר'ן שוחט אַז די גענז זענען פאַר זיין טאַטן, ממילא האָט ער נישט געדאַרפט באַצאָלן געבעלע געלט פאַר די 20 גענז. און דאָס געבעלע געלט האָט ער גענומען פאַר זיך.
דער שוחט האָט געשאָכטן די 20 גענז, אָן געבעלע געלט, אָבער ער האָט געהאַט אַ חשש, פאַרוואָס דאַרף דער משגיח ווידער אַזוי פיל גענז אויף איין מאָל? מאַכט ער דען אַ חתונה, אָדער אַן אַנדערע שמחה?
דער שוחט לאָזט רופן דעם משגיח שלעזינגער, און פרעגט אים: האָסטו געשיקט מיט דיין זוהן שעכטן 20 גענז? דער משגיח ענטפערט אים: ניין.
עס איז געוואָרן אַ גאַנצע איבערקערעניש אין שטאָט. וואָס הייסט מען האָט גע'גנב'עט געבעלע געלט? ביז מען איז געוואויר געוואָרן אַז דער אינגל ווידער וואָס האָט געאַרבעט ביי מרס. שלעזינגער אין שטוב, האָט געברענגט צו שעכטן די 20 גענז פאַר איר שטוב, און זי האָט באַצאָלט געבעלע געלט, און דער יונגל ווידער האָט דאָס צוגע'גנב'עט.
ווען מען האָט געפרעגט מרס. שלעזינגער פאַרוואָס זי האָט געדאַרפט אַזוי פיל גענז אויף איין מאָל? האָט זי געענטפערט, וואָס הייסט זי שיקט שוין מיט איר שיקסע יאָרן לאַנג יעדע וואָך שעכטן 20 גענז פאַר איר הכנסת אורחים שטוב.
מען האָט חוקר געווען די זאַך, ווייל מען האָט יאָרן לאַנג נישט געברענגט צו שעכטן 20 גענז, ביז מען איז געוואויר געוואָרן אַז די שיקסע האָט זיך גוט צוגעקוקט צום שוחט ווי אַזוי ער שעכט, און זי פלעגט אַליין שעכטן די גענז אַלע יאָרן, און די געבעלע געלט האָט זי גענומען פאַר זיך.
דער רעש אין קראָלע איז געווען עד לב השמים. די גאַנצע שטאָט איז געגאַנגען כאָדאָראָם, ווייל ווער האָט דען נישט געגעסן אין דעם אָפענעם הכנסת אורחים הויז פון די שלעזינגערס?
דער סאַטמאַרער רבי זצ"ל האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפעל צו כשר'ן אַלע כלים, און תשובה טוהן.
פון דעמאָלט אָן האָט מען געמאַכט נייע תקנות, עס זאָלן נישט קענען פאָרקומען אַזעלכע מעשיות.
(די מעשה האָב איך געהערט פון איינעם פון די זקני הרבנים פון התאחדות הרבנים, אַ תלמיד פון סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, און האָט אויך געגעסן איין טאָג אין וואָך אין דער הכנסת אורחים שטוב).
ווי עס קוקט אויס זענען די היינטיגע מאכילי טריפות אָנגעשטאָפּט געוואָרן מיט אָט די טריפה'נע גענז יאָרן לאַנג, אַזוי ווי דער הייליגער בעלזער רב הרה"ק ר' אהרן זי"ע האָט געזאָגט בשעת די מלחמה, ווען עס זענען אָנגעקומען צו אים עטליכע צדיקים און האָבן געהאַט טענות, ווי אַזוי קען ער דאָס צוקוקן ווי מען שעכט אויס יעדן טאָג טויזנטער אידישע קינדער און ער שווייגט און טוט גאָרנישט?
האָט דער בעלזער רב זי"ע געענטפערט, אַז עס איז ידוע אַז היטלער ימ"ש איז דאָך מזרע עמלק ימ"ש, וואָס איז געבוירן געוואָרן פון די טריפה'נע שוחטים פון דייטשלאַנד, ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע האָט שוין מעיד געווען אין זיין ספר שאלות ותשובות דברי חיים (יורה דעה סימן ז') אַז די פינף גרויסע שטעט אין דייטשלאַנד וואו עס האָבן זיך אויסגעשמד'ט דריי און אַ האַלב מיליאָן אידן, איז עס געווען צוליב די שוחטים קלים, און פון זייער פלייש וואָס זיי האָבן מאכיל טריפות געווען, איז געבוירן דער עמלק (היטלער) ימ"ש, און עס שטייט ביי משה רבינו ווען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט עמלק, שטייט "וידי משה כבדים ויקחו אבן וישימו תחתיו ואהרן וחור תמכו בידיו". זעט מען דאָך אַז מלחמה צו האַלטן מיט עמלק'ן האָט אפילו משה רבינו אויך געדאַרפט האָבן נאָך צוויי מיט זיך.
האָט דער בעלזער רב געזאָגט ווייטער: "ווי נעמט מען נאָך צוויי גדולים מען זאָל קענען מלחמה האַלטן און מבטל זיין די ביטערע גזירה?".
אויך איז ידוע אַז דער הייליגער ר' נתן אַדלער זי"ע, ווען ער האָט זיך געשלאָגן מיט די שוחטים אין פראַנקפורט, (אַזוי ווי עס שטייט אין ספר שמרו משפּט פון הגה"צ ר' עקיבא יוסף שלעזינגער ז"ל[1] אין נאָמען פון אַ צדיק פון די עשרת השבטים, וואָס איז געווען פּסח ביי זיין שווער, הגה"ק צי"ע ר' הלל קאָלאָמייער זי"ע) אַז ער האָט געוואָלט מעביר זיין די שוחטים מאכילי טריפות בסוד "על חרבך תחי'" [און ווי עס ווערט געברענגט, אז די שחיטה איז געווען אין אוישוויץ, ממש דאָרט וואו מען האָט מיט יאָרן שפּעטער נעבעך אויסגעהרג'עט 5 מיליאָן אידן רח"ל, און דאָס אַלץ האָט דער הייליגער צדיק ר' נתן אַדלער געזען ברוח קדשו, און האָט דאָס געוואָלט מבטל זיין די גזירה. זעט מען דאָך פון די מעשה וואָס די שוחטים קענען אָנמאַכן ל"ע, און ווי מיר ברענגען פריער ווי דער הייליגער בעלזער רב האָט אויך מעיד געווען אַז דער ימ"ש איז אַרויסגעקומען פון די שוחטים קלים], ואלמלא השיג כל רצונו היה בא משיח צדקינו, אך הס"מ העמיד עליו שוחטים קצבים והצריך לברוח, ותלמידו החתם סופר רץ אחריו י' פרסאות", עיי"ש נוראות.
מעשה טז
אַ מעשה נורא פון הייליגן ר' מענדעלע דעשער בעל שאלות ותשובות "שערי צדק", ווען ער האָט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר זי"ע
עס איז באַוואוסט אַז דער הייליגער ר' מענדעלע דעשער איז געווען אַ תלמיד פון הייליגן חתם סופר זי"ע.
אויך איז באַוואוסט אַז דער הייליגער ייטב לב זי"ע האָט געהאַט גרויס השתוקקות צו פאָרן לערנען ביים הייליגן חתם סופר, אָבער ער האָט נישט געקענט פאָרן אַהין לערנען, צוליב די שוואַכע שוחטים וואָס האָבן געשאָכטן אין פּרעשבורג (ווי עס איז באַוואוסט אַז דער הייליגער חתם סופר אַליין שרייבט אין אַ תשובה חתם סופר יורה דעה סימן י"ח, אַז ער פלעגט עטליכע מאָל אַ טאָג לויפן צו די שחיטה. ער האָט אַלץ געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט).
איינמאָל, ווען ר' מענדעלע דעשער האָט זיך געטראָפן מיטן הייליגן ייטב לב, האָט דער ייטב לב געפרעגט ר' מענדעלע'ן, ווי אַזוי קענסטו עסן פלייש אין פּרעשבורג? עס איז ידוע אַז די שוחטים זענען זייער שוואַכע? האָט ר' מענדעלע געענטפערט, אַז ער עסט נאָר פון די בהמה וואָס דער הייליגער חתם סופר עסט אַליין, און ער איז מאמין באמונה שלימה אַז אַפילו אויב עס איז דאָ אַ פּגימה אויף דעם חליף וואָס מען שעכט פאַרן הייליגן חתם סופר, קומט אַ מלאך און פילט אויס די פּגימה!
די תשובות פון ר' מענדעלע'ן זענען, ווי באַוואוסט, געשריבן מיט מער גדלות ווי דעם הייליגן ייטב לב'ס תשובות, ממש נישט קיין פאַרגלייך, וואָס הגם דער ייטב לב האָט געהאַט אַ מורא'דיגן קאָפּ, און לויט זיין קאָפּ האָט ער געדאַרפט שרייבן מיט אַ סך מער גדלות, אָבער דאָס האָט זיך גענומען ווייל ר' מענדעלע האָט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר, און דאָרט האָט מען באַקומען גאָר אַ שאַרפן דרך הלימוד, און ווען דער ייטב לב וואָלט געלערנט אין דער ישיבה ביים הייליגן חתם סופר וואָלטן די תשובות גאַנץ אַנדערש אויסגעזען לויט זיין גדלות פון מוח מיט'ן כח התורה וואָס דער ייטב לב האָט געהאַט.
עס איז ידוע אַז דער ייטב לב האָט געזאָגט פאַר זיין פּטירה, אַז ער האָט כל ימיו חרטה געהאַט וואָס ער האָט נישט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר. ער וואָלט גאַנץ אַנדערש געלערנט, אויב ער וואָלט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר (די מעשה האָב איך געהערט פון הרה"צ ר' יודא'לע דעשער שליט"א, און פון נאָך תלמידים און חסידי דעש).
דער הייליגער חתם סופר איז אויך געווען רב אין דרעזניץ (וואָס איז אין מדינת מעהרען) 7 יאָר, און אויך ר' מרדכי באנעט איז דאָרט געווען רב.
עס ווערט געברענגט אין ספר זכרון למשה אַז דער הייליגער חתם סופר האָט געזאָגט אַז "די מדינות אין דייטשלאַנד זיינען אַראָפּ פון אידישן וועג, ווייל זיי האָבן געהאַט שוחטים קלים", און אזוי שרייבט אויך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע (אין שאלות ותשובות דברי חיים ח"א יורה דעה סימן ז'), עיין שם[2]. אויך ברענגען מיר אין מעשה ט"ו באריכות וועגן דעם ענין, עיי"ש.
ומענין השחיטה כדאי להזכיר, שהרה"ק ר' מענדעלע מדעש זצ"ל בעהמח"ס מעגלי צדק למד אצל החתם סופר זצ"ל וגם הי' תלמיד של הישמח משה זצ"ל, וכשחזר המעגלי צדק מפרעשבורג שאלו אביו בעל מראה יחזקאל מה עשה עם אכילת בשר בשב"ק) כי הי' איזה קול שהשוחטים בפרעשבורג היו קצת אנשים קלים, ובתשובות חתם סופר מדבר הרבה אודות השוחטים הקלים, והחתם סופר כותב בעצמו שהי' הולך הרבה לבית השחיטה, לראות אודות השחיטה אם הכל מתנהל כראוי, ובודאי שבחול לא עלה כלל על דעת המראה יחזקאל שבנו יאכל בשר, רק שאלו על שבת) והשיב רבי מענדעלע, אכלתי אצל החתם סופר בעצמו, כי אני מאמין באמונה שלימה שממה שאוכל החתם סופר, אפילו אם הי' ח"ו הסכין פגום ג"כ בא מלאך למלאות וליישר הפגימות, ועל זה תמכתי יתדותי.
וכאן המקום להזכיר עוד סיפור מענין השחיטה בפרעשבורג, שהי' איש אחד שהי' חסיד של הייטב לב מסיגוט זצ"ל ושל המעגלי צדק מדעש זצ"ל, ופעם הי' לו שאלה קשה, ושאל את שני רבותיו, הן הייטב לב והן המעגלי צדק. אחר זמן אמר הייטב לב בבית המדרש להאיש, בטח שאלת גם את הרב מדעש, הגד נא לי מה היתה תשובתו לשאלתך. ואמר האיש את כל התשובה להייט"ל, פלפול ארוך ומקיף. והתאונן אח"כ הייטב לב בפני האיש, שהוא (המעגלי צדק) למד אצל החתם סופר בפרעשבורג (כנראה שהתכוון לומר דלכן עונה תשובות כאלו) אבל אנכי, לא הניח אותי זקני הישמח משה ללמוד בישיבת החת"ס מחמת השחיטה שהיתה בפרעשבורג (והיינו שלא רצה שיאכל שם בשר, ע"כ לא שלחו ללמוד בישיבת החת"ס).
חזינן מסיפור זה, דאף שהמעגלי צדק למד גם אצל הישמח משה, וידוע שכשהישמח משה לא הי' מרצה השיעורים לפני התלמידים מחמת איזה סיבה, הי' הייטב לב אומר השיעור, ונמצא מזה דלפעמים הי' יכול להזדמן שהמעגלי צדק למד גם אצל הייטב לב, מ"מ אחז כעת הייטב לב ברוב ענוותנותו שהמעגלי צדק עונה תשובות להלכה יותר טוב ממה שהוא - הייטב לב - עונה, ובענוותנותו תלה הייטב לב את הדבר בזה שלא זכה ללמוד בישיבת החתם סופר.
ידוע שבנו של המראה יחזקאל למד אצל החתם סופר בישיבת פרעשבורג, והוא היה מהבנש"ק היחידים שלמדו אז אצל החתם סופר. המראה יחזקאל שלח בנו ללמוד שם משום מעשה שהיה.
המראה יחזקאל והחת"ס עמדו בחליפת מכתבי תורה. פעם אחת הי' ביניהם איזה שאלה חמורה ושקלו וטרי בזה, אבל לא יכלו לבא אל עמק השוה, לכן החליט המראה יחזקאל שיסע להחת"ס לברר הדבר. בעת שבא לשם לא גילה שמו, ונכנס לדבר עם החת"ס מענינים שונים עד שבאו לדבר מענין השאלה הזאת שהיה ביניהם, והוכיח המראה יחזקאל סברתו והחת"ס הורה לו. החת"ס לבד הכין לו סעודה, ואח"כ הכין לו המטה לישון. המראה יחזקאל ראה שהתח"ס אינו הולך לישון, והולך לכתוב דברי תורה, שאל אותו המראה יחזקאל אמאי לא מניח א"ע לישן, ואמר ששלח להמראה יחזקאל תשובה מזה השאלה, וכעת רואה שהמראה יחזקאל צודק, לכן רוצה לכתוב לו עכשיו. אמר לו המראה יחזקאל מי הוא, והחת"ס היה חלישות הדעת שלא ידע מקודם, [ואולי לא כבדו כראוי], ואז [שהרגיש המראה יחזקאל שיש לו חלישות הדעת], אמר לו המראה יחזקאל כי הוא רוצה לשלוח בנו ללמוד אצלו, אם הוא מסכים, וענה לו בוודאי, והבטיח להחת"ס שישלח את בנו בזמן הבא, וזה היה הפיוס בינו להחת"ס.
a
שאלה ב:
איר האַלט אין איין האַקן קעגן די חלב פּרשה, טאָג און נאַכט זענט איר נאָר ביזי מיט דעם. ווען וועט דאָס שוין נעמען אַן עק? דורך אייער אַזוי פיל שרייבן גייט מיר שוין אַוועק דער אַפּעטיט פון עסן דאָס פלייש, און איך דאַרף דאָס האָבן צו מיין געזונט. (עי' להלן שזה מזיק מאד ויש שאר מאכלים כנגדם יותר טובים ובריאים פארעווע בלא חשש כלל).
מיין פרוי וויל מיר נישט מאַכן קיין פלייש, שטענדיג דאַרף איך זיך קריגן מיט איר, (אגב, פון אייער שאלה זעט מען אז איר האט ב"ה זוכה געווען צו אן ערליכע פרוי, אז זי וויל אייך נישט מאכיל זיין טריפות, נישט אזוי ווי חוה האט איינגערעדט אדם הראשון אז ער זאל עסן טריפות פון עץ הדעת, ועיין רמב"ן בפרשת בראשית). דאָס קומט אַלעס נאָר ווייל זי ליינט אייערע אַרטיקלען. ווייסט איר דען נישט אַז די אידן אין מצרים האָבן אויך געשריגן "מי יאכילנו בשר"? ווייל מען קען נישט עקזיסטירן אָן פלייש, כל שכן אַזאַ שוואַך דור.
ווייסט איר דען נישט פון דעם בריוו וואָס דער בית דין פון התאחדות הרבנים האט אַרויסגעגעבן מיט די חתימות פון די גדולי הרבנים, אַז עס איז בכלל נישטאָ קיין שום שאלה אויף ניקור אין גאַנץ אַמעריקע? איז ווי קענט איר שרייבן פּונקט פאַרקערט פון דעם סאַטמאַרער רבי'ן און זיין בית דין הגדול בירושלים וואָס די גאַנצע וועלט ציטערט פאַר זיי, נאָר איר, האָלמינער רב, ציטערט נישט?
תשובה אויף שאלה ב'
די שאלה אליין איז גענוג א גוטער תירוץ, אז מען קען זיך גארנישט פארלאזן אויף דעם בריוו.
א'. ווען עס וואָלט געשטאַנען אין דעם בריוו פון התאחדות און פון בד"צ פון ירושלים, אַז נאָר די פלייש פון סאַטמאַר איז כשר, וואָלט מען נאָך געקענט זאָגן, אַז מען האָט מתקן געווען די שחיטה וכו'. אָבער צו געבן גלאַט אַזוי אַ הכשר אונטערשרייבען אז אין אלע 50 שטעט אין אמריקא איז שוין דער ניקור כשר און עס איז נישט דא קיין שום שאלות אפילו "היברו נעשאנעל" — "אָ-יו" — "999" וכו' אין די גאנצע מאסען שחיטה פון נעבראסקא און קאנעטיקוט, א.ד.ג., וואו איר וועט אלץ גיין אין גאנץ אמעריקע און מען וועט אייך זאגן אז דאס איז מנהג אונגארין איז שוין גוט. איז אזא הכשר שוין געהערט געווארן בעולם, בפרט ווען דער סאַטמאַרער רבי זצ"ל האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר, און שרייבט אין זיינע שו"ת "דברי יואל" (יורה דעה סימן ל"ד אות ב', בסופו), אז אויף די בוטשערס אין אמעריקע קען מען זיך בכלל נישט פארלאזן. און דאס איז זיין לשון:
עס איז פאראן פּלעצער אין אמעריקע וואס דער בית דין האט נישט דעם ריכטיגן כח, די קהילה פירט זיך נישט אזוי ווי מען דארף און דער מורא פון די בוטשערס און פלייש אנפירערס (מענעדזשערס) ליגט אויפ'ן שוחט מער ווי די מורא פון בית דין, און אוודאי מער פון השם יתברך. עס איז אויך פאראן פלעצער וואס די שוחטים זענען נישט ווי עס דארף צו זיין און זיי דארפן א השגחה פון בית דין, עיי"ש.
פון סאטמארער רבינ'ס ווערטער זעען מיר אז אין אמעריקע, אפילו ביי חרדי'שע רבנים, פאסירט, אז זיי האבן נישט דעם כח צו ווארפן א מורא אויף די שוחטים, וואס דאס איז זייער וויכטיג צו הונדערט פראצענטיגע כשרות.
אויך שרייבט דער רבי ווייטער דארט אין זעלבן סימן: דער טורי זהב זאגט, אז לויט די פארדארבנקייט פון דור זאל מען נישט גלייבן פאר סתם מענטשן. דער מהר"ם שי"ק שרייבט, אז היינט וואס די תורה מיט יראת שמים איז אפגעשוואכט און דאס לייכטזיניקייט שפראצט ווי די גראז פון פעלד, איז א סתם איד כמעט נישט באגלייבט, און לויט מיין מיינונג איז דאס די מיינונג פון די חז"ל אין די גמרא און פוסקים... בעוונינו הרבים די וואס זענען נחשד אויף כשרות זענען דאס מערהייט פון מענטשן, די מכשולות און קולות זענען פיל אין די היינטיגע צייט און תורה מיט יראת שמים איז אויפ'ן נידעריגסטן שטאפּל, ע"כ.
דער מוסר השכל דערפון איז:
א) סתם מענטשן זענען נישט באגלייבט אויף כשרות.
ב) רוב מענטשן זענען נישט פארלעסליך אויף כשרות.
ג) די שטרויכלונגען ביי כשר'ע עסנווארג זענען פיל.
ד) תורה און יראת שמים איז אויפ'ן נידעריגסטן שטאפּל.
נו, ווי קען דאס שטימען מיט דעם צעטיל, אז ער האט מתיר געווען פלייש אין גאנץ אמעריקע.
די התאחדות הרבנים אליין האט דאך מודה געווען אין א בריוו אז אין גאנץ אמעריקע ווערן אידן ליידער נכשל מיט'ן איסור פון אכילת חֵלב, און זיי זענען מעורר אין דעם בריוו מתקן צו זיין דעם מכשול פון חֵלב.
אויך קענט איר הערן דעם טעיפ פון די דריי שעה'דיגע אסיפה פון די התאחדות הרבנים, און דארט זעט מען בפירוש ווי דער היינטיגער סאטמארער רבי זאגט אז מען האט פארנארט דעם עולם-גולם אלע 30 יאר מיט פלייש וואס איז נישט גלאט, און מען האט עס פארקויפט פאר'ן חרדי'שן עולם אלס "גלאט".
דאס לשון אויף איינעם פון די טעיפס איז ווי פאלגענד, און ווי עס איז אראפגעברענגט אין ספר הודאת בעל דין, הודאה י"א.
איין רב פרעגט דארט: אזוי ווי מען נוצט נישט קיין סירכות כאטש ס'איז כשר, סירכא פלייש... (אויב אזוי, זאל מען זיך אויך נישט באנוצן מיט צלע י"ב).
האט א רב וואס איז געווען א בעל מכשיר, געענטפערט: הלוואי, הלוואי... וויפיל מען נוצט יא, מען האט אראפגענומען סירכות, דאס איז גלאט, פונדעסטוועגן נוצט מען סירכות, מען קען דאך נישט זאגן אז מען נוצט נישט קיין סירכות. פאר דעם עולם קען מען זאגן אז מען נוצט נישט קיין סירכות - דעמאלס וואלט איר נישט געקענט האבן קיין פלייש צו פארקויפן. ס'איז דא, ס'מאכט זיך, ס'גייט נישט לייכט, אבער עס טרעפט זיך אמאל.
אויף די ווערטער האט מוחה געווען א צווייטער רב, אויך א בעל מכשיר, בזה"ל: זאלט איר מיר מוחל זיין אויף דעם וועל איך ענטעפרן, חלילה אזא סטעיטמענט צו געבן, אז מיר נעמען ח"ו סירכות, חס ושלום... וכו'.
אויך איז באקאנט אז מ'האט פון דא הי צוריקגעהאלטן 160 טויזנט דאלאר פאר די עדה החרדית אין ירושלים, געלט וואס איז געווען פון "קרן הצלה", ווייל מ'האט פון דא געוואלט צווינגען דעם בית דין צדק פון די עדה החרדית צו שרייבן א בריוו אז דאס פלייש פון אמעריקע איז כשר, און זיי האבן נישט געוואלט שרייבן אזא בריוו. צום סוף האבן א טייל פון זיי זיך געמוזט אונטערגעבן, כדי צו באקומען דאס געלט פון קרן הצלה, און זיי האבן געשריבן אזא בריוו. זע באריכות אין ספר עמק הבכה.
עס האט געדארפט פארקומען אן אסיפה פון פינף רבנים, אויסצוהערן גביית עדות וועגן דעם מצב פון שחיטה אין אמעריקע. די אסיפה האט געזאלט פארקומען ביים פאפער רב זצ"ל, און עס האבן דארט געדארפט ערשיינען פערציג רבנים און שוחטים מיט עדות. ביי יענע אסיפה האבן געדארפט זיין די פאלגענדע רבנים: פאפער רב, קאשויער רב, דעברעצינער רב, סאמבאטהעלער רב, דער היינטיגער סאטמארער רבי, און דער קאסאניער רבי.
צום סוף איז יענע אסיפה נישט צושטאנד געקומען, ווייל מ'האט געווארנט און געסטראשעט די רבנים אז מ'וועט זיי הרג'ענען אויב זיי וועלן קומען צו די אסיפה.
מיר וועלען ברענגען אן עדות שאפט וואס מיר האבן געהערט פון הרב הגאון מוהר"ר שלמה יודא שווייצער, ווי ער האט דערצייילט אז ער האט אליין געהערט פון הגה"צ מדעברעצין שליט"א אין די בעלזער מקוה (אויף זעכצענטע עוועניו) וז"ל:
"מיט די סאטמערער קען מען גארניקס מאכען, זיי זענען אימשטאנד עמיצן מיט א קאר ארונטערצושמייסען און זאגען עס וואַר אַן עקסידענט".
[1]) וזה לשונו של הגה"צ מוה"ר עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל בעהמח"ס לב העברי כותב וז"ל שם: הגהצה"ק ר' נתן אדלער זלל"ה רצה לפסול השו"ב דפפ"ד, ולהכניע החותם של הסטרא אחרא השורה על השובי"ם הפסולים בסוד על חרבך תחי' וכו', ואלמלא השיג כל רצונו הי' בא משיח צדקינו, אך הס"מ העמיד עליו רודפים קצבים, והוצרך לברוח מפפ"ד, ותלמידו החתם סופר רץ אחריו כמה פרסאות וכו' עכ"ל. (הובא בספר משכיל על דל להגה"ק מוה"ר הלל מקאלאמיי זי"ע, עיין שם באריכות).
[2]) וז"ל שם: "שעל ידי השוחטים קלים יצאו מדינות שלימות מדת ישראל ואבד זכרם".
ושם בשו"ת דברי חיים (יורה דעה ח"א סימן ו') כתב וזה לשונו: "ועיני ראו כמה יראי השם לומדי תורה שהיו אצל צדיקים, ולאחר שנתחנכו באומנות הלזו נהפכו לאיש אחר אשר אם לא ראיתי בעיני לא האמנתי", עכלה"ק.
ומרן החתם סופר זי"ע כתב בשו"ת חת"ס או"ח סימן ר"ה, כי המלך זקן וכסיל יושב על כסא של ג' רגלים חזנים שוחטים וסופרים, עיין שם. (וכעין זה בספה"ק תולדות יעקב יוסף פרשת נשא, ד"ה והעולה).
ועיין בספר טיול בפרדס להגה"צ משאמלוי זצ"ל הי"ד, שכתב בחלק א' (מערכת שחיטה) כי כח הציונות נתהוה גם ע"י השוחטים הקלים ובשר טמא שנתפטמו שלומי אמוני ישראל, עיי"ש.