דף רמז       PAGE 247

גליון "קול הסת"ם - השחיטה והניקור"
# 247 - שבט תשס"ח לפ"ק

ג' בשלח תשס"ח
 
בס"ד

כמעשה השחיטה והתולעים כן מעשה הקלף

ככשרות השחיטה והניקור כן כשרות הקלף והסופרים והסוחרים

כמעשה השחיטה והכשרות של התאחדות הרבנים
 ב50 שנים האחרונות

ש99 % אחוז מכל השחיטות הגדולות היה נבילות וטריפות חלב ודם כמו שתראו המכתבים של 70 רבנים מדורינו ומדור העבר שאסרו את כל אופני השחיטה בארה"ב בין בשחיטה תלויה ובין בשחיטה בבאקס ששוחטים מלמטה למעלה - ראה בספר אבן מקיר תזעק ג' חלקים ובספר וזבחת כאשר צויתיך ובספר קול השחיטה - וראה לקמן במצב השחיטה בארה"ב # 1 # 2 # 3

כמו כן בדיוק מתרחש בקלף לסת"ם
וראה לעיל בדפים 1-210
 
טראַך, טראַך, השמים נפלו!

גילוי דעת חדש של מנהיג ה"התאחדות הרבנים"

מכיון שמערכות הכשרות של שני הארגונים "התאחדות הרבנים" (CRC) וה"אָ-יוּ" (OU) נכנסו לתחרות קשה מי "יזכה" להאכיל יותר טריפות.

["התאחדות הרבנים" לא מסוגלת לעבור את ה"אָ-יוּ", מכיון שה"אָ-יוּ" שולטת על 23 משחטות, ומשם תצא... לכל העולם כולו. ולאידך ברשות "התאחדות הרבנים" נמצא אך ורק משחטה אחת עם חנויות בשר אחדות המכניסים את הבשר נו"ט שלהם, בחושבם שהם אוכלים בשר כשר.]

אשר על כן נתאספו הרבנים המכשירים של "התאחדות הרבנים", שאינם יודעים בין ימינם לשמאלם בכשרות, לאסיפת חירות, והחליטו שהם יעברו את ה"אָ-יוּ".

הא כיצד?

הם יאכילו תולעים לקהל החרדים לדבר ה', המקפידים לאכול דוקא בהכשר שלהם. וכי ישאלך בנך מחר לאמר, כיצד יכולים הללו אלו לתת הכשר על תולעים עם תירוצי סרק בשם "בודק" שהוא שקר וכזב, כפי שכבר עוררו יהודים על כך, ועל ידי כך הם יעברו את ה"אָ-יוּ" בהפצת מיליוני כזיתים של נו"ט בכל יום, וכידוע שאכילת כזית נבילה איסורו בלאו, וע"י אכילת תולעת עוברים על ששה (6) לאווים.

ועל השאלה שנשאל על ידי רב חשוב מ"התאחדות הרבנים": "כיצד אתה מעיז להדביק מודעות מלא שקרים וכזבים אודות 'בודק'"? ענה יושב-ראש "התאחדות הרבנים" בזה הלשון: "מיהו זה ואיזה הוא? הרבנים הזקנים? אני צוחק על הסוסים הזקנים!!! אינני מתחשב עם הסוסים הזקנים!!! הם לגמרי לא מעניינים אותי!!!"

הבה ונראה מי הם ה"רבנים הזקנים"?!

א) פוסק הדור כ"ק הגה"צ אדמו"ר מאודווארי שליט"א, זקן הרבנים של "התאחדות הרבנים" – CRC.

ב) כ"ק הגה"צ אדמו"ר מקאַשוי שליט"א.

ג) כ"ק הגה"צ אדמו"ר מאונגוואַר שליט"א.

רבותי! אם רוצים אתם להמשיך לאכול בהכשר שלהם, שיהי' לכם בתיאבון, ותעשו כעצתו של הגה"ק ר' מרדכי מנאַדוואָרנע, באם רוצים לאכול ירק שיש בו תולעים (מכיון שאי אפשר לבודקו מהתולעים) יש לעשות שני ברכות: ברכת בורא פרי האדמה על הירק וברכת שהכל על התולעים! (ועיין בספר סיפורים נפלאים בעניני כשרות, מעשה מ"ט, שמעתיק מספר תפארת מרדכי).

וועד הכשרות דהתאחדות הקהילות דארצות הברית וקנדה

*

אודות המודעה של הרב קליין

כקורא תמידי של עיתונכם "אַלגעמיינער זשורנאַל", ראיתי את המודעה של ידידי הנגיד המפורסם זוכה ומזכה את הרבים הרב ר' נפתלי קליין שליט"א, שדרוש סופר לחבר ספר נגד ה"עמק הבכה".

למותר לציין, כי 180,000$ איננו סכום גדול מדי עבור עבודה זו. כי אין זה דבר של מה בכך להפריך ספר שכל דבריו אמת וצדק, וכל הכתוב בו מיוסד על יסודות חזקים ואיתנים, וכולו מלאכת מחשבת, בחכמה וביושר. הקורא בו יתבשם בתורה, חכמה ויראת שמים שבו. אף על פי כן, מכיון שמצב הכספי שלי אינו בכי טוב, ומקרא מלא דיבר הכתוב "הכסף יענה את הכל", ומצינו בגמרא ש"כסף וזהב מטהר ממזרים" (סוף קידושין), על אחת כמה וכמה שיכול לטהר חלב עם 150 טעמים. ונוסף על זה מרגיש הנני חוב בעצמי להיות לפה ולמליץ יושר לכל האוכלי בשר, הנחשבים לנרדפים, ובתוכם אני הקטן.

הקושי העיקרי בזה הוא כי כל הכתוב בספר הזה, הן לפי ההלכה והן במציאות, הוא אמת וצדק, כפי שנוכחתי לדעת בראותי בספרי הניקור וגם שמעתי "טעיפּס" שרבנים המכשירים מעידים בעצמם שחֵלב האחוריים נמכרים בחנויות והמנקר בקושי יודע ניקור חלק הפנים.

מטעם זה קשה למצוא סופר מוכשר שיהי' מסוגל, לפחות באופן שטחי, לעשות את הרושם כאילו מפריך את כל הספר 'עמק הבכה', בו בזמן שהוא ריק מתוכן, מיוסד על זיופים, סילופים ושקרים.

מהמון העם אין מה לפחד. עבורם מספיק לראות את כריכת הספר, ולומר "הספר הזה מתיר את הבשר", ודי בזה להתיר להם את קניית הבשר, ואין שום צורך לפתוח את הספר לראות מה כתוב בו.

עם בני התורה אני אסתדר. כשיביטו באופן שטחי, מבלי לחפש במראה-מקומות או לעיין בספר אם אכן כתוב בספר 'עמק הבכה' כפי שמצטטים בשמו, יכול אני להשפיע עליהם ככל העולה על רוחי, כי הנני מומחה נפלא לצטט מהספר באופן כזה שיהי' לפי טעמי. כלומר, מוסיפים קצת פה ומורידים קצת שם, חותכים מכל הצדדים עד שהוא הופך לכלי שלם. כל זה למדתי אצל מורי ורבי (במקצוע זה) הגאון המפורסם מ.ק., שחיבר ספר גאוני נגד ה'ויואל משה', ואני עמדתי לימינו ועזרתי לו בכל הדרוש. גם הספר פ"ע הוא פרי ידי.

מדבר אחד הנני מפחד, באם יתאספו קבוצת אברכים ללמוד היטב כל שורה בספר, אז עלול אחריתי להיות מרה כלענה. אבל גם מכך אין מה לפחד, כי בימינו אלה אין איש דורש וחוקר הכתוב בספרים, וכל מאמינים שהוא אמת ויציב.

אף על פי כן, היות ואני מסתכן בזה, וגם שאין הזיוף עבודה נקיה וקלה, לכן הנני מבקש כשכר טרחה לכל הפחות 250,000$. אפשר לשלם בתשלומים – 180,000$ מיד ולאחרי חודש לשלם 35,000$ נוספים ובחודש שלאחרי זה עוד 35,000$.

בטוח אני שהספר לא יישאר בחנות זמן רב, הכל יימכר, כי כל הרעבים לחתיכת בשר יחטפו את הספר מיד.

שוו בנפשכם, מה יכול להיות יותר טוב מספר המתיר כל תענוגי עולם הזה, הכל מותר לך, כל סוגי הבשר והנקניקים ועוד.

בטוח אני שזכות הכנסת כלה שאני עוסק בזה, שמדובר בסכומים של אלפים רבים, שזה אחד הסיבות שהשפיעו עלי לכתוב מכתב זה, יעזור שהכל יעבור על צד היותר טוב.

הרב חיים יודל גרויס

מונרו, ניו יורק

*

 ב"ה

א קול קורא וואס איז ארויס מיט יארן צוריק, אבער עס איז נוגע להיום הזה, עד ביאת משיח צדקינו.

טראַך טראַך די הימעל פאַלט אַראָפּ

די לעצטע סטעיטמענט פון הויפּט אָנפירער פון התאחדות הרבנים

אַזוי ווי די כשרות אָרגאַנציזאַציע פון די התאחדות הרבנים זענען אַריין אין אַ פעסטע קאָנקורענט מיט די אָ0-יוּ (OU) ווער עס קען מער מאכיל טריפות זיין.

די התאחדות הרבנים האָט נישט געקענט איבער שטייגען די אָ-יוּ ווייל די OU האָט 23 שלאַכט הייזער וואו זייערע נבילות וטריפות חֵלב ודם ווערט פאַרשפּרייט איבער די גאַנצע וועלט, און די התאחדות הרבנים – CRC האָט ליידער נאָר איין שלאַכט הויז מיט אַ פּאָר בוטשער סטאָר'ס וואו מען לאָזט אַריין זייערע נו"ט, מיינענדיג נעבעך אַז זיי עסן אַ כשר שטיקעל פלייש.

על כן זענען געזיצען די רבנים המכשירים פון התאחדות הרבנים – CRC וואָס אינם יודעים בין ימינם לשמאלם אין כשרות, ביי אַ דרינגענדע אסיפה, און האָבען מחליט געווען אַז זי וועלען איבער שטייגען די OU.

ווי-אַזוי וועלען זיי איבער שטייגען די OU

זיי וועלען געבן עסן ווערים פאַר'ן גאַנצען חרד'ישן יודנטום, וואָס זענען מקפּיד צו נוצען דייקא מיט זייער הכשר, אַיי די וועלט פרעגט דאָך אַ קשיא, ווי קענען זיי די יונגע צוּצאַקלעך געבן אַ הכשר אויף ווערים מיט אַ בכלומר'שטן תירוץ און מיט אַ נאָמען "בודק" וואָס דאָס איז שקר וכזב, אַזוי ווי אידען האָבען שוין מעורר געווען פאַר אַ יאָר, און מיט'ן מאכיל זיין מיליאָנען ווערים יעדען טאָג פאַר'ן גאַנצען חרדיש'ן אידנטום וועלן זיי איבערשטייגען די OU וואָס פאַרפלייצט מיליאָנען כזיתים נבילות און טריפות יעדן טאָג, ווייל אַ כזית נבילה איז נאָר אַ לאו, און אַ וואָרים איז זעקס (6) לאווין.

אויף די קשיא, וואָס אַ חשוב'ער רב פון התאחדות הרבנים האָט אים געפרעגט:

ווי-אַזוי גייסטו אַרויס קלעפּען צעטלעך מיט אַזעלכע שקרים וכזבים, וועגן "בודק"?

האָט די אָנפירער פון די התאחדות הרבנים געענטפערט מיט דעם לשון:

ווער איז דאָס? די אַלטע רבנים?

איך לאַך מיך אויס פון די אַלטע פערד!!!

איך רעגן מיך גאָרנישט מיט דיא אַלטע פערד!!!

אַלע אַלטע פערד אינטערעסירט מיך נישט!!!

יעצט לאָמיר מאַכן דעם סך-הכל, ווער זענען די אַלטע רבנים?!

א) דער פּוסק הדור כ"ק הגה"צ אדמו"ר מאודווארי שליט"א, זקן הרבנים פון התאחדות הרבנים – CRC.

ב) כ"ק הגה"צ אדמו"ר מקאַשוי שליט"א.

ג) כ"ק הגה"צ אדמו"ר מאונגוואַר שליט"א.

יעצט רבותי! אויב איר ווילט ווייטער עסען פון זייער הכשר, עסט מיט אַ גוטען אַפּעטיט און טוהט אַזוי ווי הגה"ק ר' מרדכי מנאַדוואָרנע האָט געזאָגט, אַז אויב מען וויל דוקא עסען די שאַלאָטען מיט די ווערים (ווייל מען קען עס נישט בודק זיין פון ווערים) זאָל מען מאַכען צוויי ברכות, אַ בורא פּרי אדמה אויף די סאַלאַט און אַ שהכל אויף די ווערים! (ועיין בס' סיפורים נפלאים בעניני כשרות, מעשה מ"ט, שמעתיק מספר תפארת מרדכי).

וועד הכשרות דהתאחדות הקהילות דארצות הברית וקאַנאַדאַ

*

"ליל הבדולח" של בורו פארק

יום שישי השחור

פרשת תולדות ערב ראש חודש כסלו תשמ"ח לפ"ק.

בחצות הלילה התנפלו בריונים בעלי זקנים ופיאות עם כובעים לבנים כמו מלאכי חבלה, וחיללו עשרות בתי כנסת בבורו פארק, באו בה פריצים וחיללוה, ליכלכוהו מבחוץ ומבפנים, חיללו ארונות קודש, פרוכת וקרעו ספרי קודש, והזיקו את בתי הכנסת בעשרות אלפי דולרים (שמאז ימי הנאצים ימ"ש לא עשו כך שום אומה ולשון), ללא כל בושה, בדיוק כמו שעשו ה"שטורם טרופע" בשנת 1939 הידוע בכינויו "ליל הבדולח".

יהודים מאמינים, התעוררו והזדעזעו מחילול בתי מדרשים ומקדשי מעט בבורו פארק. יתאספו כל גדולי ישראל ויכריזו על

יום תענית וזעקה

ולהוציא את הפריצים והבריונים, חבריו של טיטוס ועמלק, מכלל ישראל.

חובתו של כל יהודי למחות על חילול כבוד שמו ית' וחילול תורתינו הק', ואלקי אבותינו ישמע שוועתינו, ויתקיים בנו יוושעו לעין כל ואל ימשלו בם רשעים. ונזכה לגאולה שלימה, ותרוממנה קרנות צדיקים וכל המשתתפים והעוסקים לביטול הטומאה יתברכו בברכת ברוך אשר יקום ויזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקדושתה וטהרתה בביאת גואל צדק בב"א.

החותמים בכאב לב

העדה החרדית דבורו פארק

נא להדביק על כותלי ביהמ"ד

 ----------------------------------------------------------

אן אלטע קול קורא וואס איז געווען געדריקט אין צייטונג, ווי מען זעהט ווי מען קויפט אונטער רבנים פאר ריזיגע סומעס געלט זיי זאלען מזייף זיין די תורה הקדושה.

היינט זענען זיי קליגער מען שרייבט שוין גארנישט, מען קען פראסט און פשוט לייקענען אין די תורה הקדושה, מען האט א זשיהאט! שטעקען!

דאס הייסט!

דער רבי זי"ע!!!

מיט זיין נאמען קען מען אלעס עוקר זיין!!!

אט ליינט!

וועגן דער מודעה פון הרב קליין

אַלס שטענדיקער לייענער פון "אַלגעמיינעם זשורנאַל" האָב איך געזען די מודעה פון ידידי הנגיד המפורסם זוכה ומזכה את הרבים הרב ר' נפתלי קליין שליט"א, וואו עס ווערט געזוכט אַ שרייבער מחבר צו זיין אַ ספר קעגן "עמק הבכה".

עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז 180,000$ איז ווייט נישט איבערגעצאָלט פאַר אַזאַ אונטערנעמונג. עס איז נישט אַזאַ פּשוטע זאַך אָפּצושלאָגן אַ ספר, וואו יעדעס וואָרט איז געשריבן מיט פעסטע יסודות און טיפזיניקער חכמה מיט אַ געוואַלדיקער קלאָרקייט און ערלעכקייט. עס שפּרודלט מיט תורה, חכמה און יראת שמים. פונדעסטוועגן, אַזוי ווי איך בין געענגט אין געלט, דער פּסוק שרייבט דאָך "הכסף יענה את הכל", און די גמרא זאָגט "כסף וזהב מטהר ממזרים" (סוף קידושין), על אחת כמה וכמה אַז עס קען מטהר זיין חלב מיט 150 טעמים, בפרט שפּיר איך אַ פליכט זיך אָנצונעמען פאַר אַלע פלייש-עסערס, וועלכע שפּירן זיך ווי נרדפים, ובתוכם אני הקטן.

די הויפּט שוועריקייט איז ווייל אַלס וואָס שטייט אין ספר, סיי אין הלכה סיי אן מציאות, איז אמת וצדק, אַזוי ווי איך בין אַליין איבערצייגט בלעטערנדיק אין די ספרי הניקור און אויסהערנדיק די "טעיפּס", וואו די רבנים המכשירים זיינען אַליין מעיד, אַז חלב אחורים קומט אַריין אין די געשעפטן וואו דער מנקר קען קוים ניקור חלב הפּנים.

דערפאַר איז טאַקע נישט אַזוי גרינג צו טרעפן אַ שרייבער, וועלכער זאָל זייין גענוג טאַלאַנטפול אויסצופילן אַ ספר, וואָס זאָל אויבערפלעכלעך מאַכן דעם איינדרוק כאלו ער פרעגט אָפּ אַלץ וואָס שטייט אינ'ם ספר עמק הבכה, אין דער צייט וואָס עס איז הויל און פּוסט, אומבאַגרינדעט, פול מיט זיופים, סילופים און שקרים.

פון המון עם דאַרף מען נישט מורא האָבן. פאַר זיי איז גענוג אַז מען ווייזט זיי די טאָוולען, זאָגנדיק, אָט דער ספר איז מתיר די פלייש, און מען לויפט שוין און מען קויפט פלייש. מען נעמט זיך אפילו נישט די מי צו עפענען און זען וואָס דאָרטן שטייט.

מיט די בני תורה קען איך זיך ספּראַווען, ווייל ווען מען קוקט אויבערפלעכלעך, אָן קאָנטראָלירן די מראה-מקומות אָדער נאָכפאָרשען צי עס שטייט טאַקע אין דעם ספר עמק הבכה אַזוי ווי איך שרייב אין זיין נאָמען, קען איך זיי איינרעדן וואָס איך וויל, ווייל איך בין אַ זעלטענער קינסטלער נאָכצושרייבן פון יענעם ספר און אַזוי אויסשטעלן לויט מיין געשמאַק. דאָס מיינט מען, מען שניידט-צו אַביסל – מען לייגט-צו אַביסל – מען שניידט דאָס צו פון אַלע זייטן, ביז עס ווערט אַ כלי שלימה. דאָס האָב איך געלערנט ביי מיין רבי'ן (אין שריפטשטעלן) דאָס איז דער גאון המפורסם מ.ק., וואָס האָט מחבר געווען אַ גאוניש ספר קעגן ויואל משה, וואָס איך בין דאַן געווען זייער בייהילפיק און אינסטרומענטאַל צוצוהעלפן צו פאַרקריפּלען וואָס עס האָט זיך נאָר געלאָזט. אויך דער ספר פ"ע איז מיין מייסטערווערק.

פון איין זאַך האָב איך שטאַרק מורא, טאָמער וועלן זיך נעמען אַ גרופּע יונגעלייט נאָכצוקאָנטראָלירן יעדע שורה פונ'ם ספר, דעמאָלט איז ביטער ווי גאַל. אָבער מען דאַרף פון דעם אויך נישט מורא האָבן, ווייל די וועלט איז שוין היינט אַזוי אויסגעשטעלט אַז קיינער קוקט נישט, קיינער טראַכט נישט, און יעדעס געדרוקטע וואָרט גלויבט מען.

פונדעסטוועגן, אַזוי ווי איך שטעל זיך איין, איז דאָס מזייף זיין אויך נישט קיין גרינגע אַרבעט. דעריבער פאַרלאַנג איך כאָטש 250,000$. איר קענט דאָס אויסצאָלן 180,000$ אויפ'ן פּלאַץ, און אַ חודש שפּעטער נאָך 35,000$. און דערנאָך, דעם קומענדיקן חודש נאָך 35,000$.

איך בין זיכער איר וועט נישט האָבן קיין שוועריקייטן צו פאַרקויפן דעם ספר. עס וועט זיין אַ בעסט-סעלער, ווייל די אַלע וועלכע זיינען אויסגעהונגערט נאָך אַ שטיקל פלייש, וועלן זיך דאַרפן צו דעם צוכאַפּן ווי צו אַ שטיק געבראָטענער קאַטשקע.

שטעלט אייך פאָר וואָס קען נאָך זיין אַ גרעסערער עולם הזה ווי אַ ספר וואָס איז מתיר אַלע תענוגי עולם הזה, סאַלאַמי, וואורשטן, באַלאָני, פרענקפורטערס ועוד.

בטוח אני אין זכות פון הכנסת כלה פון עטלעכע קינדער, מיט וועלכע איך בין עוסק איצט, וואָס ציט אַריין אין די שווערע אלפים, וואָס דאָס האָט מיך אויך באַוואויגן צו שרייבן דעם בריוו, וועט ביישטיין אַז אַלץ זאָל דורכגיין על צד היותר טוב.

הרב חיים יודל גרינבערג

מאָנראָ, ניו יאָרק

-----------------------------------------------------------

 בס"ד

קריסטל נאַכט פון באָראָ פּאַרק

דער שוואַרצער פרייטיג פון פ' תולדות ער"ח כסלו תשמ"ח לפ"ק.

בחצות הלילה זענען באַפאַלן בויאַנעס מיט בערד און פּיאות פאַרשטעלט מיט ווייסע היטען ווי די מלאכי חבלה, און האָבן מחלל געוועזן צענדליקער שולן אין באָראָ פּאַרק, באו בה פּריצים וחיללוה, פאַרשמוצט פון אויסעווייניג און פון אינעווייניג, מחלל געווען ארון קודש'ן, צוריסן פרוכת'ן, צוריסן ספרי קודש, און שאָדן געמאַכט שולן מיט צענדליקער טויזענטער דאָלאַרן, (וואָס זייט די נאַציס ימ"ש האָט דאָס נאָכנישט קיין שום אומה ולשון נישט געטון), מיט די גרעסטע בזיונות, אַזוי ווי עס האָבן דאָס געטון די שטורם טורפּע מיט 1939 באַוואוסט אַלץ די קריסטל נאַכט.

אידן מאמינים בה' וועקט זיך אויף און דערציטערט פון דעם חילול בתי מדרשים ומקדשי מעט פון באָראָ פּאַרק, זאָלען זיך צוזאַמענקומען אַלע גדולי ישראל און זאָלען באַשליסן צו מאַכן

אַ יום תענית וזעקה

און אויסשליסן די פּריצים ובריונים חברים פון טיטוס און עמלק פון כלל ישראל.

עס איז די פליכטן פון יעדן איד מוחה צו זיין על חילול כבוד שמו ית' וחילול תורתינו הק', ואלקי אבותינו ישמע שוועתינו, ויתקיים בנו יוושעו לעין כל ואל ימשלו בם רשעים. ונזכה לגאולה שלימה, ותרוממנה קרנות צדיקים וכל המשתתפים והעוסקים לביטול הטומאה יתברכו בברכת ברוך אשר יקום ויזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקדושתה וטהרת בביאת גואל צדק בב"א.

החותמים בכאב לב

העדה החרדית דבאָראָ פּאַרק

--------------------------------------------------------------------------