דף רמא PAGE 241
גליון "קול הסת"ם - השחיטה
והניקור"
# 241 -
שבט תשס"ח לפ"ק
ו'
בא תשס"ח
ד' שבט תשס"ח
בס"ד
א רפואה פאר די אפגעפארענע בחורים מיט מיידלעך
אזוי ווי ליידער עס איז אריין א ביטערע מגיפה ביים כלל ישראל אז מען האלט שוין ליידער ביי אריבער טויזנט היימישע אידישע קינדער וואס זענען שוין ליידער ארויס לתרבות רעה רח"ל.
השי"ת האט מקדים געווען רפואה למכה, עס האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע תלמידים פון רבינו הקדוש זי"ע און האבען געטראכט וואס קענען זיי טוהן כדי צו ראטעווען דעם ביטערן מצב, סיי מתקן צו זיין און צוריק ברענגען די אפגעפארענע בחורים, און סיי מיר זאלן נישט הערן מער פון אזעלעכע אומגליקען, וואס דאס איז ל"ע די גרעסטע ווייטאג אויף די וועלט, און קיינער ליידער טראכט אפילו נישט ווי אזוי מען זאל זיי ראטעווען.
[מען רעדט טאקע פון די איראנער קינדער וכו', אבער פון די אייגענע קינדער רעדט קיינער נישט, א חוץ איינער א צדיק וקדוש הרב רבי נחום ראזנבערג שליט"א, וואס דאס איז נוגע בנפשו, ער וויינט מיט מיט יעדען טאטען און מאמען, וואס זייערע קישענעס זענען פיהל מיט טרערען, יא ליידער דאס איז דער אמת, די תלמוד תורה'ס מיט די מיידעל סקול'ס גייט קיינעם נישט אהן, זיי וואלטן געקענט מאכען שיעורים אין די חדרים אין די מיידל סקול'ס, אבער ליידער מיר האבן נאך נישט זוכה געווען דערצו, הלוואי זאלן מיר חאטש יעצט ווען מיר זעהן דעם גרויסן חורבן, ווי סיי די קינדער בחורים סיי די מיידלעך טראכטן נישט ווייסען נישט פון קיין שכר ועונש, נו אויב אזוי פארוואס זאלן זיי נישט זינדיגען?]
די תלמידים פון רבינו הקדוש האבען געטוהן זייער אסאך זאכען הן אין חינוך וכו'.
צום ערשטענס האבען זיי געארבעט מען זאל ארויס געבען די צוויי הייליגע ספרים וואס דאס איז די גרעסטע הצלה פון אן אידישע שטיב, אז די קינדער זאלן זיך האלטן ערליך, עס איז אויך א גרויסע הצלה פאר די יונגע פאר פאלק, ווען זיי האבן חתונה זאלן זיך מאכען א שיעור לכל הפחות צוויי מאל א וואך צו לערנען די הייליגע ספרים שבט מוסר מיט קב הישר.
מיר ברענגען אייך אראפ עטליכע מודעות וואס ס'איז נתפרסם געווארן עטליכע יאר צוריק ווען די ספרים זענען ארויס געקומען.
לויט ווי מיר האבן נאכגעפרעגט איז אינגאנצען געבליבן א קליינע צאל פון די ספרים, וכל הקודם זכה. הלוואי זאל דאס איינער זיך מנדב זיין און איבער דריקען.
ערשינען נייע ספר
"קב הישר השלם"
אין אידיש
די וועלט פון ספרים איז אין די איצטיגע טעג באשיינט געווארן מיט דער ערשיינונג אין דרוק פון דעם הייליגן ספר "קב הישר", וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין א הערליכער נייער אויסגאבע, אין אידישע איבערזעצונג. - דאכט זיך, אז מ'דארף נישט פאָרשטעלן דעם ספר "קב הישר", ווער דער מחבר איז און וואס דאס הייליגע ספר שטעלט מיט זיך פאָר. אָבער דאָך איז כדאי צו פאַרצייכענען אין קורצע שטריכן דעם באַדייט פון דעם ספר פאַר יעדן איד הירד וחרד לדבר ה'. - דער מחבר פון ספר "קב הישר" איז הגה"ק רבי צבי הירש קאיידנאווער זצוק"ל, וועלכער איז געווען דער רב פון דער דער שטאט פראנקפורט דמיין , מיט פיר הונדערט יאָר צוריק.
וועגן די גרויסקייט פונעם מחבר
איז כדאי אַראָפּצוברענגען עטליכע אויסצוגן פון גאוני וצדיקי ישראל וועגן דעם הייליגן ספר קב הישר.
דער הייליגער "נועם אלימלך" זי"ע, - ר' אלימלך פון ליזענסק האט שטענדיג געלערנט אין דעם הייליקן ספר "קב הישר". הונדערט און צוויי מאל האט ער געלערנט דעם "קב הישר" - לויט דעם נאמען און קאפיטלען פון ספר (אור אלימלך, אות ק"ה).
דער "שר שלום" פון בעלזא, ערשטער בעלזער רב זי"ע, האט עדות געזאגט אויף זיך, אז זיין יראת שמים האט ער געשעפט פון די הייליקע ווערטער פון דעם ספר "קב הישר" און אים געלערנט הונדערט און צוויי מאל לויט דעם נאמען און קאפיטלען פונעם ספר.
דער "פרי-מגדים" זי"ע, שרייבט: "קב הישר", א לעבנס-וויכטיק ספר, וואס היילט די נשמה און גוף. אלע זיינע ווערטער זענען דורכגעטראט און מוסר. עס העלפט סיי דעם תלמיד חכם און סיי דעם דורכשניטלעכן איד און פרויען".
דער חיד"א, - דערמאנט דעם "קב הישר" זייער א סך מאל אין זיינע ספרים און ער האט זיך שטענדיק געפונען אויף זיין טיש. ער זאגט אויף אים: אַ ספר וואָס איז מעורר צו יראת שמים
דער קאזניצער מגיד האט באוואונדערט דעם ספר און זיך אויסגעדריקט אויפן "קב הישר": "אז מען לערנט א שטיקל זוהר וואס געפינט זיך אין "קב הישר", איז דאס מער מסוגל מעורר צו זיין דעם מענטשן צו יראת שמים, ווי ווען ער וואלט געווען געלערנט דאס זעלבע שטיקל אין זוהר אליין (מאיר עיני חכמים תנינא, אמור) .
דער וועלט בארימטער "חתם-סופר" זי"ע, באטאנט אין זיין צוואה: "די טעכטער זאלן לערנען אין די ערלעכע ספרים אויף אידיש, וואס זענען באזירט אויף די אגדות חז"ל. זיין גרויסער תלמיד דער "לב העברי", זאגט, אז דאס איז טאקע געווען די כוונה פונעם "חתם-סופר".
דער טשערנאבילער מגיד זי"ע, און זיין אייניקל ר' יצחק מסקווירא האבן זייער זייער משבח געווען דעם "קב הישר" און באפוילן צו לערנען אין אים.
די שענסטע מתנה פאַר יונג און אַלט
דער הייליגער ספר קב הישר השלם איז יעצט ערשינען אין דרוק
איבערגעזעצט אין די אידישע שפּראַך - ברוב פאר והדר
דאס הייליגע ספר "קב הישר" איז נתחבר געוואָרן דורך הגה"ק רבי צבי הירש קאיידנאווער זצוק"ל רב פון פראנקפורט דמיין, מיט 400 יאָר צוריק
און איז במשך די יארן איבערגעדרוקט געווארן איבער זעכציג מאל, צווישן זיי אויך מיט אַ אידישע איבערזעצונג.
די איצטיגע אויסגאַבע פון "קב הישר" אַנטהאַלט אין זיך צענדליגער מעלות און הידורים, צווישן זיי:
דאָס ספר איז געדרוקט אין אַ הערליכן פאָרמאַט, אַז עס זאָל זיך לייענען לייכט דורך יונג און אַלט. - דאָס ספר איז געשריבן געוואָרן לויט'ן היינטיגן אויסלייג פון אידיש, ווי עס ווערט גערעדט און געשריבן צווישן חרדי'שע אידן אין די היינטיגע צייט. - הונדערטער הערות און הוספות, ביים סוף פון אַ סאַך פּרקים פון דעם ספר, פון די ספרים הקדושים וואָס האָבן אַ שייכות צו די ענינים וואָס דער מחבר רעדט אַרום אין דעם ספר. - הערליכע סיפּורים און וויכטיגע הלכות וואָס האָבן אַ שייכות צו די עניני המוסר וואָס דער מחבר דערמאנט אין ספה"ק קב הישר, און זענען צוגעדרוקט געווארן להשלמת הענינים. - ספּעציעלע הדרכות פאַר עלטערן און מלמדים ווי אַזוי מחנך צו זיין זייערע קינדער און תלמידים אויפ'ן ערליכן וועג. - אַ באַזונדער אָרט אין דעם ספר פאַרנעמט דער קונטרס וואו דער מחבר באַשרייבט די ענינים פון הנהגת הבית און שלום בית בין איש לאשתו, און ער גאַראַנטירט אַז דער וואָס וועט זיך פירן לויט זיינע אָנווייזונגען, וועט אייביג זיין געבענטשט מיט שלום בית. - דאָס ספר איז איינגעטיילט אין פּרקים, לויט'ן סדר פון די פּרשיות פון יאָר, כדי מ'זאָל קענען דורכלערנען יעדע וואָך פון יאָר אַן אַנדערן פּרק, און דורכ'ן יאָר ענדיגן דעם גאַנצן ספר "קב הישר".
אין דעם ספר "קב הישר" ברענגט דער מחבר זי"ע אַ סאַך עצות און סגולות קעגן יעדע צרה ל"ע, ווי אויך הונדערטער רפואות און סגולות קעגן פאַרשידענע מחלות ל"ע, און מוסר'ט דעם מענטש ער זאָל געדענקען אין זיין טאָג טעגליכן לעבן נישט נאָכגעריסן צו ווערן מיט'ן שטראָם פון די וועלט, נאָר גיין בדרך התורה, און דאָס וועט אים ביישטיין קעגן אַלע עקתין ומרעין בישין ל"ע, און וועט אים דערלייכטן זיין וועג. ער וועט ניצול ווערן פון גיהנום, און וועט זוכה זיין צו אַ חלק לעולם הבא.
דער ספר "קב הישר" האָט במשך הונדערטער יאָרן מדריך און מחנך געווען טויזנטער אידישע קינדער אויפן ערליכן אידישן וועג.
אין די פריערדיגע דורות פלעגן אלע ערליכע מלמדים און ראשי ישיבות פארלערנען דעם הייליגן ספר קב הישר פאר זייערע תלמידים.
דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק און דער שר שלום פון בעלז זי"ע האָבן עדות געזאָגט אויף זיך, אַז זייער יראת שמים האבן זיי געשעפט פון די הייליגע ווערטער פון דער ספר קב הישר און האבן אים געלערנט הונדערט און צוויי מאל לויט דעם נאמען און קאפיטלן פונעם ספר. - דאָס ספר קב הישר איז במשך די דורות געטראָגן געוואָרן פון ערליכע אידן אין זייער טלית-בייטל, כדי זיי זאָלן קענען לערנען דערין פאַר און נאָכ'ן דאַווענען. - דער ספר איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן פאר מלמדים און טיטשערס צו קענען פארלערנען אין חדר און אין בתי ספר לבנות.
זייט אויך א מזכה את הרבים, און קויפט דעם ספר "קב הישר" פאַר זיך און אייער משפּחה, ווי אויך פאַר אייערע בית המדרש, אדער פאר דעם מלמד פאָרצולערנען פאַר די קינדער.
אייער טאַטע און מאַמע וועלן אייך דאַנקבאַר זיין אויפן עולם האמת, ווייל ווען זייערע קינדער און קינדס-קינדער ווערן ערליך דורך דעם ספר, איז דאָס אַ זכות גדול פאַר אייער טאַטן בעולם העליון, און דער גרעסטער עילוי נשמה פאַר אייערע עלטערן איז, ווען איר קויפט אַ סעט קב הישר פאַר אייערע קינדער, אַז זיי זאָלן באַשטימען שיעורים אין דעם הייליגן ספר. - קויפט פאַר אייערע פאַרהייראַטע קינדער די ספרים "קב הישר", וועט עס אויך באַקרוינען אייערע עלטערן אויפ'ן עולם העליון. - אויך אויב איר קויפט דעם סעט קב הישר פאַר חתן-כלה זענט איר גאַראַנטירט מיט שלום בית.
אויב איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, גוטע זיווגים, שלום בית? אויב איר ווילט האָבן פּרנסה בריווח? - קויפט דעם הייליגן ספר "קב הישר", וואָס עס איז אַ סגולה צו האַלטן אין שטוב. - צדיקים און קדושים אין אַלע דורות האָבן צוגעזאָגט אַז דער וואָס וועט האָבן דעם ספר "קב הישר" אין זיין הויז, וועט אים קיינמאָל נישט פעלן קיין געזונט און פּרנסה.
דעם ספר קען מען באַקומען אין אַלע ספרים געשעפטן.
ספר הקדוש קב הישר באידיש - מחולק לפי סדר הפרשיות של כל השנה
הוצאת אמונה, מהגה"צ רבי שלום יהודה גראס אבדק"ק האלמין שליט"א אבדק"ק האלמין ור"מ בישיבה וכולל מכון להוראה בשחיטות ובדיקות,
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
ברוקלין נ"י שנת תשס"א