דף קצז        PAGE 197

 

גליון "קול הסת"ם" # 197
טבת תשס"ח לפ"ק

 

ט"ו טבת תשס"ח

כמעשה השחיטה ב50 שנים האחרונות ש99 % אחוז מכל השחיטות הגדולות היה נבילות וטריפות חלב ודם - כמו כן בדיוק מתרחש בקלף לסת"ם - וראה לעיל מה שהגה"צ ר' שרגא פייוויש מנדלוביץ זועק תמרורים על מצב הדור בשחיטה בכשרות בניקור מה שהולך עם הקצבים, ועל הרבנים שמוכרים את הכלל ישראל בעד בצע כסף - ועכשיו כשתקרא את המאמר מר' שרגא פייוול מענדלאוויץ זצ"ל כל מקום שכתב כשרות תחשוב מהקלף

ספר

קול השוחטים

חלק ו

מכתב לד

בס"ד

התעוררות צו די הייליגע טעג

דער בריוו איז אויסדריקלעך געווידמעט פאר די וועלכע זענען אינטערעסירט צו וויסן דעם אמת, אָפּגעזען די אומבאַקוועמליכקייט דערפון.

אין שולחן ערוך און אויך אין די הייליגע ספרים שטייט אַז אין די הייליגע טעג זאָל מען מער אַכטונג געבן און געוואָרנט זיין פון עסנוואַרג וועלכע זענען נישט הונדערט פּראָצענט כשר בתכלית ההידור והכשרות, און דאָס וועט העלפן איבערוועגן דעם כף הזכיות, אַז צום נייעם יאָר זאָל מען זוכה זיין צו פּרנסה, געזונט, קינדער, און טאַקע מיט אַ סאַך אידיש נחת פון זיי. (עיין שולחן ערוך תר"ג ומגן אברהם שם, שער הציון תר"ט א', יוסף אומץ אות תתקפ"ב, קצה"מ תר"ג סק"א, כה"ח תר"ח אות ל"א, יפל"ל ח"ה ה', קש"ע ק"ל סעי' ב', מחז"ב לחיד"א תרי"ג, ליקוטי מהרי"ח, וש"א).

מיר ווייסן אַלע אַז עסנוואַרג וואָס איז נישט הונדערט פּראָצענט כשר, אויב מ'עסט זיי אַפילו אָן צו וויסן אַז עס טויג נישט, פאַרשטאָפּט עס דאָס אידישע האַרץ, עס פאַרטעמפּט די הייליגע געפילן און עס וואַקסן אויף יונגע קינדער מיט אַ קאָלטקייט צום דאַווענען, לערנען, און צו יעדע מצוה. זיי ווערן אכזריים אין מענטשליכקייט, עס דרייט איבער זייער מענטאַליטעט צו צעווילדעוועטע חיות, אָן בושה, אָן יראת שמים. (רמ"א יור"ד פ"א, פר"ח ברכ"י ודר"ת שם, אוה"ח סו"פ שמיני, ערוה"ב או"ח קל"ח, רמ"ע בספר כנפי יונה ח"ב סימן קי"א, שו"ת ויצבור יוסף סימן י"ג אות ג').

מיר ווילן בעיקר דערמאנען די ערליכע אידן וועלכע זענען מהדר יום טוב צו עסן בהמה פלייש, אַז זיי זאָלן וויסן אין וואָס זיי לאָזן זיך אַריין. מיר האָבן געהערט פון קאַשויער תלמידים אַז דער קאַשויער רב שליט"א איז קעגן עסן בהמה פלייש פון יעדן סאָרט, אַפילו דאָס וואָס רופט זיך גאַנץ הייליג. מיר האָבן זיך מטריח געווען צו הערן פון דער ערשטער האַנט און מיר ווילן איבערגעבן בקיצור דעם אינהאַלט פון אַ שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, אינמיטן ווינטער תשנ"ו לפ"ק.

שאלה: וואָס איז די מיינונג פון רבי'ן וועגן יענע געוויסע בהמה פלייש, וואָס דאַרף הייסן 100% כשר די שחיטה, ניקור, מליחה, מעג מען עס עסן?

תשובה: לויט מיין מיינונג זאָל מען נישט זיך צורירן צו בהמה פלייש ביז משיח וועט קומען, ווייל לויט'ן סדר און סיסטעם היינט צו טאָג, אפילו אַ זאַך וואָס מ'שטעלט איין גוט, האַלט זיך נישט צו לאַנג, און ווען מ'הייבט אָן אַ זאַך ווערט מען שוין משוחד, מ'שפּירט שוין אַז עס פעלט אויס, און נאָך דעם האָט מען אַ מורא'דיגע נגיעה און מ'הערט שוין נישט אַזוי שנעל ווען עס ווערן נולד חששות. און ווער וועט דען מעורר זיין אויף פּראָבלעמען?

די היסטאָריע אין אַמעריקע האָט געוויזן אַז יעדע קורצע תקופה האָט זיך אויפגעשטעלט אַ מהודר'דיגע זאַך, וואָס  איז שנעל אונטערגעגאַנגען. אוסערדעם האָט זיך אַרויסגעשטעלט טאַקע ביי בהמה פלייש, אַז אפילו די מהודר'דיגע האָבן פון דער ערשטער מינוט געהאַט פּראָבלעמען, און טאַקע ערנסטע פּראָבלעמען.

אַ זאַך וואָס אַמאָל אין דער היים איז עס געווען ביטער שווער מיט די קצבים און אַלערליי נסיונות, איז היינט צו טאָג אין אַמעריקע טויזנט מאָל ערגער.

אַפילו אויב מ'זאָל אָננעמען אַז איצט איז אַלץ אין אָרדענונג, איז ביי מיר ברור אַז עס וועט נישט אָנהאַלטן, עס איז נישט מעגליך. ליידער קען איך גוט אַמעריקע... און אויב אַפילו איינער איז זיכער אַז ביים קלענסטן פּראָבלעם הערט ער אויף צו עסן דאָס פלייש, קענען אַדורכגיין יאָרן ביז מען דערוויסט זיך פון דעם פּראָבלעם, און דער שאָדן איז שוין געטוהן געוואָרן.

און וואָס וועט זיין מיט די דורות? קען מען עפּעס גאַראַנטירן אַז אויך זיי וועלן זיין פעסט? און ווער וועט זיין אין זייערע צייטן דער שוחט און דער רב המכשיר?

פאָלגט מיך, טייערע אידן, מ'האָט אַזוי פיל יאָרן אויסגעהאַלטן אָן די בהמה פלייש, קען מען ווייטער אויך אויסהאַלטן. עס איז געזונטער פאַר די נשמה און פאַר'ן גוף אָן דעם, און לאָזט דאָס איבער בירושה פאַר די דורות, נישט דאָס פאַרקערטע ח"ו. דער גואל צדק קומט דאָך שוין בקרוב, זאָל מען נישט נאָכלאָזן, און בזכות זה וועט מען זען נחת ביי די קינדער געזונטערהייט. (עד כאן די ווערטער פון אדמו"ר הגה"צ מקאשוי שליט"א).

עס איז כדאי אַז יעדער יחיד פאַר זיך זאָל גוט דורכטראַכטן דעם תורה'דיגן בליק פון איינעם פון די זקני גדולי דורינו שליט"א, וועלכער האָט אַליין דורכגעלעבט די שווערע פּראָבלעמען פון פלייש אין דער היינטיגער צייט, און די אַלע וועלכע האָבן אים געפאָלגט, זענען פריער אָדער שפּעטער געווען זייער דאַנקבאַר פאַר דעם וואָס ער האָט זיי און דעם יונגן דור מציל געווען פון חלב, נבילות וטריפות רח"ל יאָרן לאַנג.

צייט אויף חשבון הנפש: איז דען כדאי צוליב אַביסל פלייש אויף יום טוב וכדומה איינצושטעלן די יונגע נשמה'לעך, וועלכע האָבן נאָכנישט טועם געווען טעם חטא און איבערצולאָזן ח"ו אויף זיי אַ פּגם, וואָס זאָל פאַר זיי זיין ח"ו אַ שטער ביים שטייגן אין תורה ויראת שמים, אָדער רואינירן ח"ו זייערע איידעלע מידות. נאָך דערצו אין די הייליגע טעג.

לאָמיר נישט פאַרגעסן וואָס עס שרייבט דער הייליגער בעל התניא זי"ע (ליקוטי אמרים פ"ח, וע"ע בבאר מים חיים פרשת שמיני, ובצמח דוד שם) אַז אויב אַ איד עסט אפילו בשוגג אַ זאַך וואָס איז נישט 100% כשר, איז דאָס דאַווענען וואָס ער דאַוונט מיט דעם כח פון דאָזיגן עסן, "אין החיות שבה עולה ומתלבשת בתיבות התורה והתפילה", דאָס דאַווענען גייט נישט אַרויף אין הימל.

דאָס איז טאַקע וויכטיג צו דערמאנען אין די איצטיגע הייליגע טעג, ווען מען בעט אויף אַ גוט יאָר, פּרנסה, געזונט און אידיש נחת וכל טוב, דאַרף מען זיך מתבונן זיין אין די הייליגע ווערטער פונעם בעל התניא זי"ע, אז מען זאָל אויף זיך מקבל זיין צום נייעם יאָר זיך אָפּצוהיטן מיט אַלע מעגליכקייטן פון עסן בהמה פלייש.

לאָמיר זיך ענדערש פאָרנעמען מיט פעסטקייט כאיש אחד בלב אחד נישט אַריינצולאָזן די בהמה-פליישן ביי זיך און מציל זיין זיך און די דורות. דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו אַ כתיבה וחתימה טובה, אַ גוט געבענטשט יאָר מיט געזונט, פּרנסה, נחת, ואריכות ימים ושנים.

המעוררים למען כבוד שמים

ב. ניימאן - ד. איצקאוויטץ - ט. ליבערמאן

 

*

מכתב לה

מען שעכט אידישע קינדער

אוי וויי!!!

אין אמעריקע פונקציאנירן ליידער אָפענע דייטשע גאַז קאמערן (קרעמאַטאָריומס) און קיינער ווייסט נישט דערפון!!!

די טראַגעדיע איז שרעקלעך, עס איז נישט אויסצוהאַלטן, יעדער זיצט ביי זיך אין שטוב און עסט שיינע סעודות, מען זינגט שיינע זמירות, כָּל מקדש, מנוחה ושמחה א.ד.ג, און עס פאַלט קיינעם נישט איין אַז מיט די שיינע סעודה וואָס מען עסט ביים  שיינעם צוגעגרייטן טיש, איז מען גאָר גורם אַז ער אָדער זיין ווייב זאָלן אַוועקגיין פרי פון דער וועלט ל"ע איבערלאזען קליינע קינדער יתומים רח"ל.

עס רייסט מיר דאָס האַרץ, איך האָב שוין נישט קיין ברירה, איך מוז דאָס ארויסגעבן.די טראַגעדיע ווערט ערגער פון טאָג צו טאָג, דער דור גייט אַזוי טיף און שנעל מטה מטה אַז מען קען זיך גאָרנישט גלייבען ווי מיר האַלטן אויף דער וועלט.

עס איז חודש אדר. יעדער איז מחויב צו טוהן וואָס ער קען, קיינער וועט נישט קענען זאָגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

עס האַלטן אין איין רופן שוחטים און וויינען פאַר מיר אַז זיי קענען דאָס מער נישט דערטראָגן, דער מצב איז מורא'דיג, מען מאַכט אונז שוחטים פאַר ראבאטן. מיר אַרבעטן ווי פערד, מען פרעגט אונז ניטאמאָל צי מיר האָבן כוח, צי מיר ווייסען וואָס  עס טוט זיך אדער נישט, נאָר מיר זאָלען אַרבעטן שנעלער און שנעלער אַרויסגעבען פראָדוקציעס דאָפּעלט ווי אין אַמאָליגע צייטן.

נישט גענוג פאַר די בעלי בתים וואָס זיי האָבן אונז איינגעשטעלט צו שעכטן פיר מאָל וויפיל א שוחט האָט געשאָכטן מיט 25 יאָר צוריק. ניין, מיר דאַרפן גיין מער און מער, און וואָס געשעט? דער שוחט מוז זיין אַ מאַכיל נבילות וטריפות.

עס איז נישט גענוג פאַר די בעלי בתים וואס מיר שעכטן אַן ערך פון 1000 ביז 1200 אין איין שעה יעדער שוחט, און אזוי ווי זיי זענען שוין ארויף אויף דעם העכסטן  גראד וואס עס איז נאר מעגליך צו באוועגן די הענט, און א גוי קען אויך נישט מער הרג'ענען אין א שעה, זענען זיי געקומען צו א נייעם פּאַטענט.

דער סדר פון די "אָ-יו" איז אלץ געווען איינגעשטעלט, אז דער שוחט שעכט איין שוחט און רוהט זיך אפּ אַ שעה.

די שעה וואס מען רוהט זיך אָפּ , מיינט נישט אַז מען רוהט זיך אָפּ, נאָר ערשט דעמאָלס דארף ער ארבעטן אויף א חלף, דאווענען, עסען, ארויסגיין הכנות, א.ד.ג.

מיט יארן צוריק האט א שוחט ביי די "אָ-יו" געשאכטן 300 ביז 400 עופות א שעה איין שוחט, און מען האט געארבעט 3 שעה און גערוהט אין מיטן בין שחיטה לשחיטה איין שעה, וואס אין סך הכל איז דאס געווען 6 שעה.

פארגעסט נישט אז דער שוחט דארף נאך ארבעטן לכל הפּחות 2 שעה פאַרטאָגס צו האבען גענוג גוטע חלפים צו די שחיטה, און עס איז אפילו ווייניג, צוויי שעה פאר אזא גרויסע שחיטה.

זענען געגאנגען די קצבים מיט די הסכמה פון די רבנים און מען האלט שוין ביי פירפאכיג שווערער.

דער בעל הבית פילט אז נאר דער שוחט וועט איהם איינשפּארן געלט ביי די שחיטה.

דער שוחט באקומט היינט טאקע אן ערך פון 1000-1500$ און מער א וואך, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מען דארף דעם שוחט שעכטן פאר די געהאלט וואס ער באקומט.

וואס עס איז געווען טריפה מיט 20 יאר צוריק, איז היינט ליידער "כשר למהדרין מן המהדרין".

רבותי!!!

אלע קראַנקהייטן קומען פון די שחיטה קרעמאַטאָריומס.

די וואָס שעכטן מער ווי 600 עופות א שעה, זענען מאכילי טריפות (זע פּסק פון די התאחדות הרבנים).

די וואָס שעכטן מער ווי 3 שעה א טאָג איז די שחיטה טריפה, ווייל זיי האבן נישט קיין הרגשה, ועיין שו"ת בית אשר.

איר זאָלט זיך אינטערעסירן ביי די רעגירונג, זיי גיבן ארויס אלע איינצלהייטן פאר'ן פּובליקום, זיי ווייסען אלעס.

אַמאָל האבן די רבנים געלייקנט אַז מען שעכט 1,000 און מער עופות אין איין שעה. היינט פירט מען די רבנים ווי די קעלבלעך צו די שחיטה, זיי זעען ווי די מאַשינען לויפן, און זיי ווייסן גארנישט אַז די שחיטה איז טריפה.

אָבער איר דארפט נישט מער ווי זען די אַלטע מודעה מיט 20 יאָר צוריק, וועט איר אַליין זען ווי ווייט איר פארשטייט גארנישט.

די שוחטים דאַרפן סטרייקן!

די רבנים דארפן זאגן פאר די בעלי בתים אז מען קען נישט און מען טאָר נישט פאָפּען דעם המון עם. עס איז דאָ א קאנסומער יוניאן, מען דאַרף זיך ווענדען צו זיי.

מיר האבען גענוג געבילדעטע קעפּ, מען וועט זיי מאכען א "קאונטער קלעים".

די אמעריקאנער רעגירונג זאגט, אז מען טאָר נישט נאַרן די קאסטימערס וואס קויפן די פּראדוקטן.

מען דארף רופן די רבנים צו אַ דין תורה און דערנאָך אין געריכט, דערפאר וואָס זיי האבן אונז אויסגענאַרט. די בעלי בתים האבן געמאכט אויף אונזער פּלייצע הונדערטער מיליאָנען דאלארן.

מיר וועלען זיך מער נישט לאזען.

זיי נעמען טייערע פּרייזען פאַר די כשרות, דארט וואו ס'איז אבסאָלוט ספק טריפה, און אפשר וודאי טריפה.

  די גרויסע קאמפּאניס וואקסן ווי אויף הייווען. זיי שעכטן כמעט דאפּלט ווי אמאל, און נישט נאר וואס זיי נעמען נישט צו קיין נייע שוחטים, נאָר זיי ווארפן אוועק א סאך פון די אלטע שוחטים. מען סטראשעט זיי אז אויב זיי האבן נישט קיין כוח, וועט מען זיי אוועקשיקן, און זיי וועלען בלייבן אָן פּרנסה.

דער נסיון הפּרנסה איז זייער גרויס, בפרט ווען א שוחט נעמט אהיים פון 1,500$ ביז 20.000$ אַ וואָך. (דאס איז פאר די שחיטה מיט "אָווערטיים" שחיטה).

המעוררים

 

*

מכתב לו

בס"ד

פלייש  געלט קאמפיין

וויכטיגע מעלדונג - בשורה טובה פאר כלי קודש אא"וו

סאלאמיס, פאסטראמיס, באלאני, וואורשטלעך - בחנם

 

מיט גרויס פרייד טוען מיר באַקאַנט מאַכן פאַר דעם עולם התורה לומדים אד"ג, אז מיר זענען נאָכגעקומען דעם פאַרלאַנג פון ציבור צו געבען גרויסע הנחות פאַר די בני ישיבות וכדומה אויף אַלע פלייש פּראָדוקטן, בפרט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באלאני, פראַנקפוטער, ווארשטען ועוד.

פון היינט און ווייטער וועלען אַלע וואָס האָבען א קליינעם איינקונפט (פּרנסה געהאַלט) קענען באַקומען אַ דיסקאונט פון 25 פּראָצענט אויף אַלע פלייש פּראָדוקטען אָן אויסנאַם.

בעיקר טוען מיר פאַרשטענדיגן דעם חשוב'ן ציבור, אז אַלע רבנים, דיינים, מורי הוראות ומרביצי תורה, מנהלים, מלמדים, כולל יונגעלייט וכו', וועלען האָבען אַ הנחה אויף בהמה פלייש 25 פּראָצענט דיסקאונט - און די פאָלגענדע אַרטיקלען זענען אינגאַנצן אומזיסט, סאַלאַמי, פּאַסטראַמי און אנדערע.

דאָס איז אויך בנוגע די רבנים אין ארץ ישראל אָדער אייראָפּע, קאנאדע, דרום אַמעריקע כו' צו באַקומען אומזיסט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, בלאני, ווארשטליך, צינג און ברעסט ביפ. אויך סתם פעטס פון די פלייש (וואָס איז זייער גוט פאַר געמאָלענע פלייש) וואָס איז אַ טייער אַרטיקעל.

די אַלע דערמאָנטע כלי קודש וועלען באַקומען 50 פּראָצענט הנחה אויף אַלע זייערע שמחות, וואו זיי וועלן סערווירן אונזערע גלאַט כשר'ע למהדרין פלייש, און סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ בחנם.

דער צוועק פון דעם איז צו פאַרגרינגערען פאַר די ערליכע אידן לומדי תורה וואָס דווקא זיי מוזן זיך ליידער באַגניגענען מיט טשיקן, און קענען זיך נישט ערלויבען אַ געזונט כשר שטיקל פלייש צוליב זייער קליינע פּרנסה. דאָס איז נישט מענטשלעך און נישט תורה'דיג. אדרבה פאַר זיי מוזן מיר זיך נאָך מער זאָרגן ווי פאַר אונז אַליין, דאָס איז דאָך דאָס שוואַרץ-אפּעל פון אונזערע אויגען, וואָס זיי זענען די וואָס אויף זיי שטייט כלל ישראל.

אדרבה, מיר דאַרפן שפּאָרן דאָס ביסן פון אונזער מויל און זען אַז אונזערע וועג-ווייזערס זאָלן קענען זיין געזונט און שטאַרק, און האָבן כח צו קענען אָנגיין געזונטערהייט מיט זייער עבודת הקודש, וואָס דאָס איז נאָר מעגליך ווען זיי וועלן זיין בכח צו עסן יעדן טאָג קרעפטיגע בהמה פלייש, בפרט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באַלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ, וואָס דאָס איז ממש דאס איינציגע מאכל וואָס מאַכט קלאָר דעם מוח און האַרץ, און גיט די ריכטיגע קראַפט, ווי די חז"ל זענען מעיד.

דאָס וואָס רכילות'ניקעס שרייבען דאָס פאַרקערטע פון גרויסע דאָקטוירים אַפּיקורסים איז אַוודאי ליגנט, מיר טאָרן זיי דאָס נישט גלייבן קעגען די הייליגע ווערטער פון חז"ל. זיי מעגן טאַקע היילען קראַנקע, אָבער נישט זאָגען דעות און מחולק זיין אויף חז"ל ח"ו.

אַלע אונזערע פּראָדוקטן, די שחיטה, ניקור, מליחה און הדחה, זענען אונטער די שטרענגע השגחה פון גדולי הרבנים שליט"א וועלכע האָבן אַן עינא פקיחא אויף דעם גאַנצן סדר אין שלאַכט-הויז.

וועד למען הצלת וקיום כוחות התורה והיהדות

 

מכתב לז

מודעה רבה

פלייש  געלט קאמפיין

וויכטיגע מעלדונג - בשורה טובה פאר כלי קודש אא"וו

אידן, העלפט אַרויס די גדולים און צדיקים מיט אַ שטיקל פלייש!!!

 

ווי איר זעט אין די פריערדיגע אַדוועטייזמענט, אַז מיר האָבן נאָך גרויסע ענערגיע און געוואַלדיגע פּלאָג און איינשטעלעניש ענדליך באַוויזן אויפצושטעלן אַ וועד וואָס טוט זיך באַפאַסן און באַזאָרגן אומזיסט כשר פלייש פּראָדוקטן פאַר אַלע כלי קודש: רבנים, מלמדים, ראשי-ישיבות און כולל יונגעלייט, און אויך זייערע גרויסע הנחות (האַלב פּרייז) פאַר זייערע שמחות, מען גיט זיי סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באַלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ - אומזיסט, און אויך פיהל ביליגער ווי ריטעיל פאַר די וועלכע פאַרדינען ווייניג.

ווי פאַרשטענדליך איז דאָס פאַרבינדן מיט אויסערגעוויינליכע אָנשטרענגונגען און ריזיגע אויסגאַבעס, קרוב צו אַ מיליאָן דאָלאר אַ יאָר (ביז אַ פּאָר וואָכן וועלען מיר שוין אַוודאי קענען פאַרשטענדיגן מער פּינקטליכע איינצעלהייטען), וואָס עס איז העכער פון די כוחות פאַר יחידים צו טראָגן אַזאַ גרויסען לאַסט. די דאָזיגע אחריות ליגט גלייך אויף גלייך אויף יעדן איד פון כלל ישראל וואָס האָט אַ אידישע נשמה מיט אַ ערליכן געפיל צו פאַרשטיין אַז נישט נאָר ער ברויך יעדן טאָג עסן פלייש, סאַלאַמי וכו', נאָר אויך אונזערע פאַרטרעטערס און מנהיגים זאָלן זיין געזונט, און זיי דאַרפן דאָס פיל וויכטיגער.

דערפאַר האָבען מיר געגרינדעט אַ געלט פאָנד, פאר וועלכן יעדער איד איז זיך מחוייב צו באַשטייערן איבער זיינע מעגליכקייטן צו די דאָזיגע געוואַלדיגע גרויסע מצוה, צו העלפן לינדערן די גרויסע נויט פון די דאָזיגע בני תורה וואָס פּלאָגן זיך אויף תורה מתוך דחקות, זיי זאָלען אויך קענען צוקומען צו עסען פלייש, סאַלאַמיס, פּאַסטראַמיס וכו' (וועלכע זענען, ווי באַוואוסט, טייערע מאכלים) יעדן טאָג צו האָבן כח אויפצוטאָן פאַר תורה און אידישקייט.

מיר האָפן בקרוב מפרסם צו זיין די הסכמות (גוטהייסונג) פון אַלע גדולי הרבנים איבער די חשיבות און הצלת נפשות וואָס איז פאַרבינדן מיט די דאָזיגע גרויסע מצוה.

וויפיל מאָל פאַלן נעבעך צוזאַם, פון קראַנקהייט אָדער שוואַכקייט, רבנים בני תורה. ווער קען זאָגען אַז ער איז נישט אין דעם שולדיג? דאָרט וואו ער האָט עס געקענט פאַרמיידן דורך אַ פּאָר דאָלאר צו העלפן זיי זאָלן זיך קענען שטאַרקן זייערע קרעפטן מיט געזונטע פלייש, סאַלאַמי, צינג, לעבער, פראַנקפורטער וכו'.

און דערמיט וועלן מיר זיין אין די בחינה ווי די חז"ל זאגן אין מסכת סנהדרין, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא...

וועד למען הצלת וקיום כוחות התורה והיהדות

721 קענט עוועניו, ברוקלין, נ.י. 11211

 

נ.ב. ווער עס האָט באַקאַנטע ערליכע אידן אָדער אָרעמע אידן אד"ג, דאָ-הי אָדער אין ארץ ישראל, אייראָפּע, קאנאדע וכו', וואָס לפי דעתם דארף מען זיי שיקן אומזיסט פלייש (סאַלאַמיס ועוד), ביטע זיך צו פאַרשטענדיגן שריפטלעך מיט'ן וועד אויף דעם אויבנדערמאנטן אדרעס.

מכתב לח

מחאה גדולה ונמרצה

אידן, לאָזט אייך נישט פאַרפירן פון די קצבים שווינדלערס!!!

דאָס שרעקליכע וויי-געשריי פון כלל ישראל

שוין באַלד אַ וואָך זינט עס איז געדריקט אין פאַרשפּרייט געוואָרן אויף דער אידישער גאַס, און איך קען נאָך אַלץ נישט קומען צו זיך פון אַזאַ שוידערליכע פּאַסירונג, וואָס דאס בלוט אין די אָדערן ווערט פאַרגליווערט נאָר טראַכטנדיג אַז אַזוינס זאָל קענען פּאַסירן נאָך אַזוי פיל יאָרן מלחמה קעגען די חברה אנשי המחנו"ט (ר"ת מאכילי חלב נבילות וטריפות). זאָלן די דאָזיגע שותפים של עמלק - קצבים, רשעים, אויסגעשפּראָכענע שונאים פון כלל ישראל, שליחים נאמנים פון די סטרא אחרא צו גרונט צו לייגן דאָס ביסעל געבליבענע ערליכע אידן פון כלל ישראל, דורך פאַרשטאָפען די מוחות און הערצער און מטמא זיין דאָס בלוט פון אונזערע נפשות מיט נבילות וטריפות חלב ודם, קענען מצליח זיין אין זייער ארבעט.

יעדער טאָג קומט פאָר אַ פרישע מלחמה קעגען די נייע טריקס וואָס דער בעל-דבר שטעלט אויף און וועבט, אַריינצופירן תמימות'דיגע און ערליכע אידן אין זיין אויסגעשפּרייטע נעץ.

יעצט איז דער ס"מ געקומען אויף אַ נייעם איינפאַל: נאך וואָס דאַרף ער זיך שלאָגן מיט יעדן איד באַזונדער, ער וועט אַריינכאַפּן די ערליכע אידן, מנהיגים, ראשי-ישיבות, מלמדים, בני-כולל וכו', די פירער פון פאָלק, און אַזוי אַרום וועט ער שוין ממילא האָבן אלעס אין זיינע טמא'נע הענט.

שטעלט אייך פאָר, אַ זאַך וואָס קען אַפילו אין וויסטן חלום נישט איינפאַלן פאַר אַ נאָרמאַלן מענטש. אָבער דאָס איז ליידער געשען אינמיטן העלן טאָג פאַר אונזערע אויגן.

עס איז אָפּגעדרוקט און פאַרשפּרייט געוואָרן בראש כל חוצות (איבער די גאַסן) צוויי מודעות פון אַ מכלומרשטן "וועד למען הצלת וקיום כח התורה והיהדות", וואָס איר צוועק זאָל זיין, אַזוי צו זאָגן, צו העלפן ראַטעווען דעם כלל ישראל דורך פאַרגרינגערן צו קענען קויפן טריפה ונבילה פלייש, און בפרט ווערט דאָרט עטלעכע מאָל איבערגע'חזר'ט אַז בעיקר מיינען זיי סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, פראַנקפוטער, באלאָני ועוד, וואָס איז כידוע דורך און דורך איינגעזאַפּט מיט שטיקער חלב ודם (חוץ נבילות וטריפות), און דאָס וועט געבען חיזוק און כח פאַר די שוואַכע און קראַנקע כלי קודש, אָנצוגיין מיט זייער עבודת ד' אין הרבצת תורה ויראת שמים פאַר כלל ישראל.

וויי וויי!!! שומו שמים!!!

וואו איז דאָ דער שרייבער און דער מקונן (קלאָגער) וואָס זאָל מיט אַ פאַרבלוטיגט האַרץ פול מיט טרערן באַוויינען אונזער בראָך, אַז מענטשען (בעסער געזאָגט, שדים ורוחות אין א צורה פון צוויי פיסיגע חיות טורפות) זאָלן האָבן אין זיך אַזוי פיל חוצפּה און עזות צו דרוקן אַזאַ זאַך פאַר די גאַנצע וועלט, און דאָס אָנצוטראָגן דווקא פאַר די גרעסטע פון פאָלק.

ווי גרעסער און חשוב'ער דער מענטש - אַלץ ביליגער און אַלץ מער טריפות קען ער באַקומען אומזיסט כדי ער זאָל (צוזאַמען מיט זיין משפּחה, קרובים און תלמידים) זיך אָנעסן מיט מאכלות אסורות, און דערנאָך קענען מיט דעם כח און פאַרשטאָפּטן מוח און האַרץ פאַרפירען גאַנץ כלל ישראל פון אידישקייט מיט זיין "כח התורה".

און מסתם האָט דאָס נאָך אַ טיפן חשבון, אַז דורכדעם וועלן די שליחים פון די סטרא אחרא, די קצבים - שותפים של עמלק - פאַרשטאָפּן דאָס מויל פון די אַלע וואָס עס טוט זיי וויי דער בראָך פון כלל ישראל וואָס ווערן ל"ע געשטאָפּט מיט נבילות וטריפות חלב ודם, און מיט דעם וואָס די אַלע גרויסע פירערס (וועלכע האָבן די השפּעה אויפן גאַנצן כלל ישראל) וועלן זיין משוחד צו די דאָזיגע אנשי המחנו"ט מאכילי נו"ט חלב ודם, וועלען זיי שוין מער קיינמאָל נישט לוחם זיין קעגן די דאָזיגע עוולות, און מי יודע וואָס זיי האָבען נאָך ח"ו אינזינען צו טוהן פאַר כלל ישראל (מיט זייערע צוגעגרייטע שפּיצלעך) ה' ישמרנו:

א) די אַלע וואָס וועלען דאַן שוין זיין אָנגעגעסן מיט טריפות וועלן שוין אַליין זיין קאַלט אין אידישקייט, און וועלן דערנאך מסכים זיין צו אַלע תועבות פון די דאָזיגע רשעים מאכילי נבילות וטריפות רח"ל.

ב) זיי וועלן זיין משוחד, ווייל זיי באַקומען דאָך ביליג אָדער אומזיסט אַזוי פיל פלייש, א זאך וואָס שפּאָרט זיי איין זייער א סאך געלט אַ יאָר, און זיי קענען עסן מער טריפות און חלב וואָס ביז יעצט האָבען זיי נישט געהאַט די זכי' דערצו.

ג) די דאָזיגע מחנו"ט האָבן זיכער דעם פּלאַן אַז נאָכדעם וואָס זיי וועלען האָבן די אַלע ראשי-העם אין זייער האַנט, וועלען זיי דאָס גיט פּראָפּראַגאַנדירן און צושמירן אין די גאַנצע וועלט, גענוי מיט די נעמען פּינקטלעך וועלכע גדולים נוצן זייער פלייש. דאס וועט דאך פאר זיי זיין דער גרעסטער הכשר פון אַזוי פיל גדולים, רבנים און אדמורי"ם.

יעדער איד וועט אַוודאי טרעפן אין די רשימה כאָטש עטליכע פון זיינע באַקאַנטע רבנים און אדמורי"ם וואָס זענען ביי איהם חשוב און באַגלייבט, און אַפילו די וואָס האָבן זיך ביז יעצט אָפּגעהאַלטן פון עסן, וויסנדיג אַז עס האָט גרויסע חששות, וועט זיך שוין יעצט מאַכן אַ חשבון אַז אויב יענער גדול עסט עס, איז עס אַוודאי כשר  למהדרין, און איך מעג עס זיכער עסן.

ד) אַז איינער וועט זיך טרויען צו עפענען אַ מויל אויסצוזאָגן דעם אמת, וועלען די דאָזיגע מחנו"ט עמלקים אַוודאי באַלד צוזאַמענשטעלן קול-קורא'ס, בריוו פון אַלע זייערע גדולים כו' (אומזיסטע קאָסטימערס) קעגן די שרייבערס מחרחרי ריב, און מה דאָך ביי די פּרשה פון חלב איז דאָס געטוהן געוואָרן, נישט קוקנדיג אויף דעם וואָס רוב גדולי ישראל זענען אַרויס קעגען די אנשי המחנו"ט, כל שכן ווען מען וועט האָבן אַ גרויסע רשימה מיט גדולים טריפה-עסערס (מסתם בשוגג) וואָס וועלן צוהעלפן צום קאַמפּיין, און מיט דעם וועט חלילה פאַרלאָשען ווערן דאָס לעצטע ביסל קול מחאה פון כלל ישראל, און אַריינכאַפּן די וואָס זענען נאָך ביז יעצט ניצול געוואָרען פון נבילות וטריפות.

זייער עזות גייט נאָך ווייטער. נישט גענוג וואָס עס ווערט געטוהן אַזאַ גרויסער פאַרברעכן צוליב די שחיטה ביזנעס פון די דאָזיגע רשעים קצבים יונגען, האָבען זיי די חוצפּה צו גרינדען אַ שנאָר קאַמפּעין אונטער אַ נאָמען פון אַ פאַלשען "וועד", אַז אַלע אידען זאלען העלפען און האָבן אַ חלק אין מאכיל טריפות זיין לטובת די ביזנעס פון די דאָזיגע קצבים עמלקים, וואָס האָבן שוין אַ רעקאָרד פון מאכיל  זיין נבילות וטריפות חלב ודם במשך פון צענדליגער יאָרן, אונטערן מאַנטל פון "הכשרים" פון רבנים (וואָס זענען אַוודאי געוואָרן אונטערגעקויפט אויף ענליכע אופנים ווי זיי וועלן יעצט ווייטער טוהן אויף אַ גרויסען פאַרנעם). דאָס מיינט, אז אַפילו יחידים וואָס וועלן אפשר ווייטער נישט עסן, וועלן זיי אָבער צוהעלפן מכשיל זיין את הרבים מיט נבילות וטריפות, חלב ודם.

וואָס עס שוידערט אויף דאָס מערסטע איז דאס וואס עס איז שוין באַלד אַ וואָך זינט די מודעות זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן, און קיין שום מחאה איז נאָך נישט געהערט געוואָרן פון קיין איין רב. אַזאַ זאַך וואָלט געדאַרפט אויפשטורעמען די גאַנצע וועלט פון איין עק ביז דער אַנדערער, און עס זאָל זיך נישט איינשטילן ביז די יעניקע וועלן ווי געהעריק באַשטראָפט און אראפּגעריסן ווערן איין מאָל פאַר אַלע מאָל די פאַלשע מאַסקע פון זייער פּרצוף, און אַלע זאָלן וויסן אַז זיי זיינען נישט קיין מזכי הרבים, נאָר מאכילי נו"ט.

אין די פארגאנגענע וואכן (און מיר וועלען אי"ה ווייטער אַזוי טוהן אָן מורא) האבן מיר שוין געדרוקט און געשריבן וועגן דעם גרויסן חורבן וואָס די דאָזיקע אנשי מחנו"ט ברענגען אויפ'ן כלל ישראל, און דער גרויסער כח פון בעל-דבר וואָס צילט אַלע זיינע פיילן דווקא אויף כשרות, ווייל ער ווייסט גוט אַז דאָס איז דאס איינציגע געווער אָפּצוהאַלטן די גאולה הקרובה ע"י משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.

מיר ווענדן זיך צו יעדן איד וואָס איז געשטאַנען אויפ'ן באַרג סיני ואשר נשמה באפו, נישט צוצולאָזען אַזאַ אומדערהערטע נבלה (וואָס איז שוין איבער די מאָס אַפילו בעקבתא דמשיחא, אַ דור פון עזות) און מיר זאָלען אַלע אין איינעם אָהן פּחד לאָזן הערן אונזער געשריי, יעדער וואו און וויפיל ער קען - אין שוהל, מקוה, משפּחה, קרובים, שכנים, חברים, ידידים, תלמידים, און אויך מפרסם זיין מודעות קעגען די מזיקים.

ווייטער וועלן מיר ברענגן אַ מעשה וואָס איז באַשריבען  אין ספר "מנחת יהודה" ח"ד פון ספר נפש ישעי' על מאכלות אסורות, וועגן אַ איד אַ גרויסער גביר וועלכער איז נתגלה געוואָרען אַלס מאכיל טריפות.

פון דעם זעען מיר ווי דער בעל-דבר אַרבעט, וואָס כדי צו פאַרנאַרן תמימות'דיגע אידן קען ער אַריינכאַפּן אין זיין נעץ אידן בעלי צדקה מיט אַלע מעלות ומדות טובות שמנו חכמים, און צום סוף מאכט ער זיי פאר די גרעסטע מחטיאי הרבים אויסצושמד'ן כלל ישראל רח"ל, אָבער ביי די אויבנדערמאנטע מעשה האט זיך עס געהאַנדעלט אין איין שטאט, מאנהעטן, אָבער איצט רעדט זיך וועגן גאַנץ כלל ישראל, ווייל זייט נאָך דער צווייטער וועלט-קריג איז דער גאַנצער כלל ישראל אין אַמעריקע, ארץ-ישראל און אין אַנדערע מקומות, און די דאָזיקע מזיקים וועלן עס טוהן איבעראַל אין דער וועלט וואו עס איז נאָר דאָ אַ זכר פון ערליכע אידן, כדי עס זאָל חלילה נישט בלייבן אפילו איין ערליכער איד מיט אַ ריינע נישט-פאַרשטאָפּטע האַרץ, וואָס זאָל זיין גרייט אַרויסצוזאָגען מער דעם אמת אָפן, און כל-שכן זיך צו שלאָגן מיט די דאָזיקע קצבים-עמלקים אנשי המחנו"ט.

זאָלט איר, רשעים, וויסען אַז עס איז דאָ אַ באַשעפער אויף דער וועלט ואָס לאָזט נישט פאַרניכטן זיין וועלט. עס האָט אַ גרענעץ ביז ווי ווייט דער נסיון מעג גיין. מיינט נישט אַז די וועלט איז הפקר, און אַזוי ווי עס איז אייך געלונגען אַריינצוכאַפּן אין זאַק ערליכע אידען, שטעלענדיג אַ פּנים ווי אַ תמים, וועט אייך אויך געלונגען צו פאַרנאַרן דעם גאַנצען כלל ישראל, היו לא תהי', כי לא יטוש ה' עמו בעבור שמו הגדול והנורא!!!

נ.ב. אידן!!! לאָזט אייך נישט פאַרפירן פון שווינדלערס, און פאָלגט אויס און זייט געטריי צו דעם פּסק פון די אמת'דיגע מנהיגים גדולי הרבנים והצדיקים, אַז די היינטיגע בהמה-פלייש אין אַמעריקע, וואָס הייסט "למהדרין מן המהדרין" איז באמת נבילות וטריפות חלב ודם, און זייט זיך נישט מטמא די נשמות, האָט רחמנות אויף אייער פרוי און קינדערלעך.

המעוררים

 


 

מכתב לט

 בולעטין תשרי תשמ"ח

עדות על החלב מהרב

ברוך מרדכי מייזליש שליט"א

הרב מייזליש הוא מנקר ראשי בפ"ת חתן הגאון הצדיק המפורסם מוהר"ר אברהם חיים נאה זצ"ל בעמ"ח ספרי שיעורי תורה קצות השלחן ועוד.

ב"ה

בחג הפסח שנת ה' תשמ"ג לפ"ג נזדמן לי לחוג את חג המצות בארצה"ב בעיר ברוקלין נוא יארק.

ביום א' דחוה"מ ביקרתי בק"ק קרית קאשוי אשר בבעדפארד היללס נוא יארק אצל הגאון הצדיק המפורסם מוהר"ר רפאל בלום שליט"א אבדק"ק קאשוי יע"א, והראה לי הגה"צ אבדק"ק קאשוי שליט"א הרבה חתיכות בשר שקנו באיטליזים חרדיים שבוויליאמסבורג ובארא פארק ועוד בחזקת מנוקר נמלח והודח ומוכן לאכילה, ונשתוממתי על המחזה הנורא שנתגלה לעיני וכמעט לא ראיתי כהנה בכל הארצות שביקרתי למען הדרוש והחיקור במצב הניקור, וגם במקומות שמצאתי הזנחה מרובה בענין ניקור החלב בכולם לא הי' המצב ירוד בענין הניקור כזה, והיות שמצאתי חלבים שונים על אותן החתיכות, על כן אפרטם כאן אחת לאחת מה שראיתי בעיני אז ביום א' דחוה"מ פסח תשמ"ג בקרית קאשוי:

מצאתי על הבשר שנמכר מוכן לאכילה:

א. הרבה חלב על דיקע טענדערליין מחלב הכליות ממש שאסור מן התורה ועונשו בכרת רח"ל, וגם מחלב הקרב הי' מונח עליו.

ב. ראיתי כמה חתיכות גדולות הנקרא בספרי ניקור (ובא"י) טריפה קאלנער והי' עליו ומתחתיו חלב שאסור מן התורה.

.ג. מצאתי הבשר שבין צלע י"ב לי"ג שלא הי' מנוקר והי' שם חלב.

ה. מצאתי קצה הצלע הי"ג (הסחוס).

ו. מצאתי סחוסי החזה (מכמה חתיכות) שלא הוסר כראוי.

ז. מצאתי שנשאר קצת מהקרום שעל היותרת (לצד הכבד).

ח. נשאר קרום הכסלים שהוא מחמש קרומים המוזכר בחז"ל.

ט. חלב שעל השפונדר (שתחת הקרום).

י. חלב שעל הריפאלע מצאתי עליו בשפע.

יא. חוטי דכפלי שבין הצלעות.

יב. סחוסים של צלעות י"א י"ב (בלי ניקור).

יג. חלב הקרב שבין הריפאלע לבין היותרת (עיין אורחות חיים).

יד. שומן שעל הצלעות בכל השטח שתחת הטרפש.

טו. מצאתי שלא הוסר הקרום העב היוצא מבשר האדום (הריפאלע).

היוצא מכל הנ"ל כי הדברים מזעזעים עד מאוד בראותי הצד השוה שבהם כי הקצבים שעסקו בניקור חתיכות בשר שהראו לפני אינם בקיאים בהלכות ואומנות הניקור כדבעי, ומה שעושים הוא להוריד הקרום לבד כל אשר יעלה על המזלג (וגם בזה מניחים שיריים), אבל חלב הכסלים והכרס ועוד ועוד לא מנקרים כמעט, וגם חלב הכליות משאירים וכן כל הנ"ל.

אנא עורו נא! התעוררו נא! חוסו ורחמו על אחיכם בני ישראל והצילו אותם הצלת הנפש והגוף החזירו את עטרת קדושת ישראל ליושנה, והעצה לזה לעשות מיד תיקון גדול בהעמדת מנקרים ומשגיחים יראי השם שיהיו בקיאים הדק היטב בכל הלכות ומלאכת ואומנות הניקור בדרך המקובל דור אחר דור.

ומה מאוד יכאב הלב בראותי אנשים חרדים מדקדקים בקלה כבחמורה ומתרחקים מצ"ט שערי היתר שלא לפגוע בשער אחד של איסור נכשלים בשגגה בלי יודעים באיסור חלב החמור מאוד.

תקותי חזקה שתעשו כל מה שביכולתכם לעשות להעמיד מצב מעמד הניקור על כנה הראשון כמו שנהגו בימים הקדמונים שהוא הוא הדרך המקובל דור אחד דור עד לראשונים והאמוראים והתנאים עד משה רבע"ה שקיבל כן מסיני בלי שינוי כל דהוא.

זכות הצלת הרבים ממאכלות אסורות בפרט איסור חלב החמור (שעונשו בכרת רח"ל) יעמוד לכם שתוכלו להוציא את הדבר מכח אל הפועל להעמיד הדת על תילה ותשרה שכינה במעשי ידיכם ותזכו לכל הבטחות והיעודים המוזכר במדרשים לשופטי העם ומנהיגיו אתם וזרעיכם וזרע זרעיכם עד עולם כמבואר בר"ח שעה"ק פי"ב בשם מהר"י אבוהב זצ"ל, ובזכות פרישת ממאכלות אסורות נזכה כולנו במהרה לגאולה האמיתית בביאת משיח צדקינו בב"א.

הכו"ח מתוך צער ובטחון

ברוך מרדכי מייזליש

מנקר ראשי בפ"ת חתן הגאון הצדיק המפורסם מוהר"ר אברהם חיים נאה זצ"ל בעמ"ח ספרי שיעורי תורה קצות השלחן ועוד. קבלתי קבלה על ניקור חלקי אחורי והקדמי והפנים עוד לפני ארבעים וחמש שנים מאת המנקרים המומחים הרב ר' ראובן קלפוס בן הגה"צ ר' צבי קלפוס זצ"ל ומהרב ר' אברהם בן ציון מייזליש זצ"ל שהם למדו וקבלו קבלתם מראשי המנקרים הצדיקים הר"ר ברוך ברוורמן זצ"ל ומאת הרב הצדיק הר"ר אלטער מנדלסון זצ"ל בשנת תרפ"ג בירושלים עיה"ק שהם שימשו בתור ראשי המנקרים עוד בזמנם של הגה"ק מרן רבי שמואל סלנט זי"ע והגאון הקדוש רשכבה"ג מרן רבי יהושע לייב דיסקין זצ"ל.

מכתב מ

סודות פון חדר

פארשידענע קלאנגען קורסירען אין גאס וועגען די פליישען וועלעכע זענען געקויפט געווארען אין די היימישע בוטשערס און געפינען דערויף חלב, אז אויב דאס איז אמת היתכן מען האט דאס נישט געוויזען פארן ציבור? דערפאר האבען מיר ארויסגעצויגען צוויי דאקומענטען פון אונזער ארכיוו וואס ווארפט א ליכט אויף אלעם:

דאקומענט נומער 431: איז די איינליידונג פון הרב ר' משה ראזענבערג (טשערמאן פון אינטערנאציאנאלען ניקור פארבאנד) צו אלע רבנים און ראשי ישיבות צו קומען באקוקען דאס פלייש מיטן חלב.

דאקומענט נומער 871: דער באזוך פון הרב הגאון המפורסם חו"פ בנש"ק מוהר"ר ברוך מייזליש שליט"א (איינער פון די דריי גרעסטע מנקרים אין ארץ ישראל) אין קרית קאשוי ווי ער האט געזען מיט די אייגענע אויגען די שרעקליכע טראגעדיע פון חלב און אראפגעשריבען אן אויספירליכע פראטאקאל פון אלעם וואס ער האט געזען, און איבערעגעבען פארן אינטערנאציאנאלען ניקור פארבאנד.

אינהאלט פון דאקומענט 871:

(איבערגעטייטשט אויף אידיש)

פאלגענד קומט דער דאקאמענט פון הרב הגאון המפורסם חו"פ בנש"ק מוה"ר ברוך מייזליש שליט"א. אזוי ווי דער דאקאמענט איז אויף לשה"ק גיבן מיר דא איבער דעם גאנצן אינהאלט אין היימישן אידיש:

ערשטען טאג חול המועד פסח (תשמ"ג) האב איך באזוכט "קרית קאשוי" ביי הגאון הצדיק מקאשוי שליט"א וועלעכער האט מיר געוויזען אסאך שטיקלעך פלייש וואס זענען געקויפט געווארען אין די היימישע בוטשערס פון וויליאמסבורג און בארא פארק און נאך אלס כשר'געמאכט פלייש גרייט צו עסען. איך בין שאקירט געווארען איבער דעם שרעקליכען בילד וועלעכע האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגען איך האב כמעט נישט געזען אזאנס אין אלע לענדער ווי איך האב באזוכט צוליב חלב פארשונגען (זעקס 6 מדינות - זעה אויספירליך אין דאקומענט).

אזוי ווי איך האב געטראפען פארשידענע מיני חלב וועל איך זיי דא אויסרעכענען איינס ביי איינס.

(הרב ברוך מייזליש רעכענט אויס פופצען ערליי חלב זעה דוקאמענט).

צום אויספיר:

דער מצב איז שוידערליך און אויפטרייסעל-דיג, די שטיקער פלייש ווייזען אז דער מנקר וואס האט געארבעט דערויף איז נישט באקאנט מיט די הלכות און אומנות פון ניקור זייער גאנצע ארבעט איז אראפ-צונעמען בלויז א הייטעל אבער די פלאנקען חלב אויך פון די נירען און אנדערע טיילען בלייבט איבער.

האטס רחמנות אויף די אידישע קינדער און ראטעוועט זיי די נשמות און גופות, די איינציגע עצה איז אויפצושטעלען מנקרים מומחים מיט משגיחים יראי ד' וואס זאלען קענען ניקור אזוי ווי עס איז מקובל פון דורי דורות.

עס ווייטיגט דאס הארץ צו זעהן ערליכע אידען וועלכע זענען אפגעהיטען מיטען גרעסטען זהירות ביי אלע מצות און דא ווערען זיי נכשל מיט אזא הארבער איסור ווי חלב, איך האף אז עס וועט זיך נאך איינגעבען איינצופירען דעם ריכטיגען ניקור וועלכע איז מקובל דורי דורות ביז משה רבינו ע"ה, און אין דעם זכות וועלען מיר אלע אויסגעלייזט ווערען בקרוב, אמן.

 

הכו"ח מתוך צער ובטחון

ברוך מרדכי מייזליש

מנקר ראשי בפ"ת חתן הגאון הצדיק המפורסם מוהר"ר אברהם חיים נאה זצ"ל בעמ"ח ספרי שיעורי תורה קצות השלחן ועוד. קבלתי קבלה על ניקור חלקי אחורי והקדמי והפנים עוד לפני ארבעים וחמש שנים מאת המנקרים המומחים הרב ר' ראובן קלפוס בן הגה"צ ר' צבי קלפוס זצ"ל ומהרב ר' אברהם בן ציון מייזליש זצ"ל שהם למדו וקבלו קבלתם מראשי המנקרים הצדיקים הר"ר ברוך ברוורמן זצ"ל ומאת הרב הצדיק הר"ר אלטער מנדלסון זצ"ל בשנת תרפ"ג בירושלים עיה"ק שהם שימשו בתור ראשי המנקרים עוד בזמנם של הגה"ק מרן רבי שמואל סלנט זי"ע והגאון הקדוש רשכבה"ג מרן רבי יהושע לייב דיסקין זצ"ל.

 

 


 

מכתב מא

צוליב מערערע טעלעפאנישע רופען וואס האבען אנגעפרעגט צו איז דאס אמת אז די פליישען וועלכע זענען געווארען מיט חלב האט מען קיינעם נישט געוואלט ווייזען, דערפאר דרוקען מיר אפ דעם קול קורא וועלכע עס איז ארויסגעשקיט געווארען בשעתו איינצולאדענען יעדען צו קומען.

בס"ד

קומט און איבערצייגט אייך

צוליב דעם גרויסען בלבול המוחות וואס הערשט אין די גאסען וועגען ניקור החלב האבען מיר זיך פארבינדען מיט די עסקני הניקור שע"י ק"ק קאשוי, און איינשטימונג באשטימט דעם טאג י"ג שבט פאר אן אינטערנאציאנאלען טאג צו ווייזען פליישען פאר אלע רבנים ראשי ישיבות מנקרים (נאר מנקרים וואס האבן קבלה), פון די גאנצע וועלט, טראץ דעם וואס די פלייש איז שוין געוויזען געווארען 5 מאל (דאס לעצטע מאל איז געווען חנוכה תשמ"ג) און די באזיכער זענען באשטאנען פון צענדליגע רבנים, ראשי ישיבות, ראשי מנקרים פון די גאנצע וועלט אין אלע זענען געווען שאקירט עד דכדוכה של נפש , פון דעסטוועגען היות ווי דער פארלאנג איז גרויס אין עס איז זעלבסטפארשטענדליך נישט קיין מציאות דאס צו קענען באוואזען טאג טעגליך, דערפאר איז באשטימט געווארען אן אינטערנאציאנאלען פלייש באזוך, דערמיט צו ערמעגליכען פאר די אלע אויבענדערמאנטע זיך צו איבערצייגען אין די גערעכטיקייט פון די מנקרים.

מיר בעטען מפרסם צו זיין די מודעה פאר רבנים אין מנקרים אויף די גאנצע וועלט.

די זמן פון ווייזען די פליישען איז:

י"ג שבט פון 03:7 פרי ביז איינס אזייגער מיטאג

אין בעדפארד הילס באולם הגדול

הרב משה רוזענבערג

יו"ר דועד משמרת הניקור דארצות הברית

*

מכתב מב

חודש הרחמים והסליחות שנת תשמ''ט לפ''ק

דאָס לעצטע מויער איינגעבראָכן

דאָס וואָס איז ביז היינט באקאנט געווען אלץ דאָס איינציג געבליבענע פלאץ וואו כשרות איז אויף די העכסטע מדרגה, און די חשוב'סטע רבנים און בעלי בתים האבען מסכים געווען צו צאלען דאפעלט ווי מען צאלט איבעראל, כדי צו האָבען עופות פון דעם דאָזיקן מארקעט (וואָס ווערט גערופען "אָל סיטי פּאָלטרי", אדער "נאָרט 4"), און צענדליגער אידן זענען אַליין געגאַנגען שטיין בשעת'ן שחט'ן זייערע עופות, איז דאָס איצט אויך ליידער שטארק געפאלען אין צוויי הינזיכטען.

דאָס ערשטע: אַז מען שעכט 600 עופות אדער מער אַ שעה, דאפעלט ווי עס פלעגט זיין, ווייל די עופות פארן אויף אַ קייט. צווייטנס: ווייל דארט ארבעטען ווילדע גויים וואָס שלעפען די עופות פון שוחט ווילדערהייט, און עס פאסירט אפט אַז מען שלעפט דעם עוף בשעת שחיטה. דעמאלס קומט אויס אז דער גוי וואס שלעפּט דעם עוף בשעת שחיטה, ער העלפט צו צו די מעשה השחיטה, וד"ל. אויך דורך די שנעלקייט פון די שחיטה דארף מען בודק זיין דעם חלף איילענדיג.

מיר דארפן זעהן, אַז די איינציגע שחיטה ביי אונז אין וויליאמסבורג זאָל צוריק מתוקן ווערן, אדער זאלן שחט'ן 2 שוחטים אדער זאָל מען נאר לייגען אויף יעדען צווייטען קייטעל, און מען זאָל אוועקשיקען די ווילדע גויים. לכל הפחות ביים שוחט זאָל זיין אַ רואיגער גוי. אַז נישט וועט מען מוזן אויפמאַכן אַ נייע קליינע שלאַכט-הויז פאַר די חרדים לדבר ה', וואָס ווילן זיך נישט מטמא זיין מיט מאכלות אסורות כדי אָנצושטאָפּן די בייכער פון די מאכילי נבילות וטריפות.

עס איז געווען צייטן וואס איין שוחט אליין פלעגט שחט'ן אויף דעם פלאץ 8 שעה אין איין צי, א גאנצע נאכט וכו'.

עס איז שוין צייט מען זאָל קובע זיין אין דעם מארקעט אַ משגיח תמידי (נישט דער פלאמבירער, וואס ער איז נישט מער ווי א פשוט'ער ארבייטער) ביים שחט'ן, און ער זאָל בודק זיין די חלפים פאר אלע שוחטים. אויך דארף ער זיין א גרויסער חכם און א ירא שמים, ווייל די בעלי בתים פון דעם פלאץ זענען להכעיס'ניקעס, און זיי זוכן אריינצומישן די טריפות צווישן די כשר'ע, ווי איך האב דאס שוין איבערצייגט פאר א סאך רבנים.

אויך האט ער אין פרידזשידער א צוגעמאכטע טיר וואו נאר ער קען ארויסגיין, און אזוי מישט ער אויס די טריפה'נע מיט די כשר'ע רח"ל, און קיינער ווייסט נישט דערפון.

המעוררים

 

*

 

 


 

מכתב מג

בס"ד

קושטא קאי!

היסטאריע חזר'ט זיך איבער

די טעג איז פארלאפען א געשעהניש וואס האט אויפגעפרישט ביי מיר דעם זכרון: זינט ווען דער באטערער רב שליט"א (הרב טייטעלבוים) האט אראפגענומען זיין הכשר פון וויינשטאק'ס שחיטה (בהמות) האט די פלייש מארק געליטען א גרויסע נידערלאגע, ווייל וואס קען שוין זיין אַרגער ווי ווען דער רב המכשיר אליינס זאָגט עדות אז די שחיטה טויג נישט, ווי דער מדרש זאגט אין פרשת נח (פרשה ל"ד) עלובה עיסה שהנחתום מעיד עלי' שהוא רעה.

די בעלי בתים שלאפען נישט מען האט שוין אויסגעטראכט און פארקויפט אומ-צאהליגע בייזוויליגע שקרים צו פארדרייען דעם אמת. אבער ישראל קדושים לאזען זיך נישט נאַרען און ווערען אויך נישט איבערגענומען פון דעם וואס דער צווייטער רב המכשיר שרייט כשר אויף די פליישען ווייל ווי באוואוסט האט ער א שוואכקייט צו געלט און אויך צו היתרים און נאָכמער ווען ביידע קומען זיך צוזאמען...

יעצט איז אַקטועל אַ נייע געדאַנק אפצו-גילדען דער באַטערער רב שליט"א מיט א גרויס פארמעגען פאר דעם וואס ער וועט אונטערשרייבען אז אלעס וואס ער האט געטוהן (אראפ גענומען זיין הכשר) איז נאר צוליב זיינע אייגענע אינטערעסען, אבער די שחיטה איז "למהדרין מן המהדרין" אדער לכל הפחות אז פון היינט און ווייטער איז שוין אלעס מסודר און מתוקן ויאכלו ענוים וישבעו. (פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות-און זעהט).

דאס דערמאנט מיך, דאס ערשטע מאל ווען איך בין ארויס קעגען פלייש. צוערשט האט מען מיך טעראריזירט, ווען אלעס האט נישט גע'הולך'ט האט מען מיר אנגעטראגען שווערע טויזענטער מיט פרנסה בכבוד אגאנץ לעבען איך זאל אונטערשרייבען א צעטיל אז אלעס וואס איך האב געזאגט קעגען פלייש איז שקר.

ברוך השם וואס איך האב עומד געווען בנסיון, און דער הזן ומפרנס לכל האט פון מיר אויך נישט פארגעסען, כן יעזור ד' להלאה.

מיר ווינטשען און האפען דאס זעלבע פארן באטערער רב שליט"א זיך צו האלטען ביים אמת לעולמי עד וד' לא ימנע טוב להולכים בתמים

וע"ז באע"ח יום ב' לסדר "סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה" תמוז תשמ"ט לפ"ק.

הק' שלום יהודה גראס

אבדק"ק האלמין יצ"ו

 a