דף קצג        PAGE 193

 

גליון "קול הסת"ם" # 193
טבת תשס"ח לפ"ק

 

ט"ו טבת תשס"ח

כמעשה השחיטה ב50 שנים האחרונות ש99 % אחוז מכל השחיטות הגדולות היה נבילות וטריפות חלב ודם - כמו כן בדיוק מתרחש בקלף לסת"ם - וראה לעיל מה שהגה"צ ר' שרגא פייוויש מנדלוביץ זועק תמרורים על מצב הדור בשחיטה בכשרות בניקור מה שהולך עם הקצבים, ועל הרבנים שמוכרים את הכלל ישראל בעד בצע כסף - ועכשיו כשתקרא את המאמר מר' שרגא פייוול מענדלאוויץ זצ"ל כל מקום שכתב כשרות תחשוב מהקלף

ספר

קול השוחטים

חלק ב

 

פארווארט

מיר דרוקען דא איבער מכתבים וואס רבנים און שוחטים האבען ארויסגעגעבען בעילום שם, און אונטער נעמען פון ארגאניזאַציעס און חברה כשרות ווי "וועד העומדים על המשמר", אדער "וועד אחוזת שובי"ם" וכו', ווייל זיי זענען געווען אונטער דרוק פון געוואלדיגען טעראר וואס זייט די וועלט שטייט איז נאך נישט געווען אזעלכע גרויסע נסיונות אין מצב השחיטה בפרט, און אין כשרות בכלל, ביים גאָר היימישען קרייז אין דער וועלט בכלל, און אין אַמעריקע בפרט.

עס איז טאקע באוואוסט אז אין אמעריקע, זענען געווען עטליכע ערליכע רבנים און שוחטים וואס זענען ארויסגעקומען אנקעגען די שחיטות ווי דער גרויסער גאון וצדיק דער רידב"ז על ירושלמי וואס ער האט זיך שווער געשלאגען מיט מסירת נפש אויפן כשרות-פעלד, ווי ער האט עס באשריבן אין זיינע ספרים, אין די הקדמות, עיי"ש. ביז ער האט געמוזט אוועקפארן פון שיקאגא.

אזוי איז אויך באוואוסט הגה"צ ר' יעקב יוסף, דער רב הכולל אין אמעריקע, וואס די מלחמה פון כשרות מיט די בוטשערס = קצבים רע-בנים האט אים געקאסט מיטן לעבען.

א געוויסען רב א בעל-מחבר און א מוהל, האט מען געריפען אויף מוהל'שאפט. ווען ער איז אראפ פון דער באן האט מען איהם געשאסען.

א ראש-ישיבה וואס האט מוחה געווען אויף די בוטשערס האט מען איהם געסטראשעט אז מען וועט איהם איבערפארן מיט א טראק און ער האט ווייטער מוחה געווען און מען האט איהם איבערגעפארן, ער איז שוין 25 יאר אויף א וויל-טשער.

דאס איז אלץ צו פארשטיין ביי די אמעריקאנער קצבים בוטשערס, אבער ווען עס האנדלט זיך ביי ערליכע אידן וואס רופן זיך די מנהיגים פון קודש הקדשים מרן מסאטמאר זצ"ל, זאל מען סטראשען מיט הארגענען אנשטאט מתקן זיין. דאס קען דער שכל נישט באגרייפן.

פרעגענדיג איינעם פון די ערליכע רבנים מדור הקודם, ווי קען דאס מעגלעך זיין, האט ער מיר געענטפערט אז די קצבים זענען שותפים של עמלק ווי די גמרא זאגט "טוב שבטבחים שותפו של עמלק", עי' רש"י. ממילא ווי דער עמלק שטייט איין, טוט ער וואס עס איז נאר מעגליך.

די זעלביגע טעראר סטראשונג מיט איבערפארן האבען זיי אויך גענוצט קעגן הגה"צ מדעברעצין שליט"א. (א חלק פון זייערע טעראר מעטאדעס איז געדרוקט אין ספרים און אויך אנטפלעגט געווארן אין די צייטונגען בשעתו).

מיר וועלען ברענגען אן עדות שאפט וואס מיר האבן געהערט פון הגאון הר"ר שלמה יודא שווייצער ווי ער האט דערצייילט דאס ער האט אליין געהערט פון הגה"צ מדעברעצין שליט"א, וז"ל:

"מיט די סאטמערער קען מען גארניקס מאכען, זיי זענען אימשטאנד אימעצען מיט א קאר ארונטער צו שמייסען און זאגען עס וואַר אַן עקסידענט".

מיר האבען געהערט פון א שוחט ר' בן-ציון דוד בריף ווי ער האט דערציילט פאר 2 פון זיינע נאנטע מענטשען, ווי ער אליין האט גערופען דעם האלמינער רב ווען ער איז נאך געווען שוחט, (נאך דעם וואס ער האט ארויס געשיקט די בריוו מעורר מתקן זיין די שחיטה, דאס איז לכאורה די ערשטע 8 בריוו. אויך דער בריוו פון אחוזת שובי"ם וואס איז געווען געדרוקט אין המאור און ווייטער מכתב יד, טו, טז, וואס מיר דרוקען דא ווייטער וואס זענען ארויס אונטער פארשידענע נעמען פון ארגעניזאציעס. ווי עס זעט אויס האט דער האלמינער רב אויך מורא געהאט פונקט ווי די אנדערע רבנים אין אמעריקא, אדער אפשר נאך מער, ווייל ער האט זיי, די שוחטים קצבים-שותפים של עמלק גוט געקענט, ממילא האט ער געהאט פארוואס מורא צו האבן) און האט איהם געזאגט בשליחות פון די שוחטים-קצבים אלס עצה טובה, דאס אויב ער וועט נישט אויפהערען מיט די מלחמות און פרסומים אקעגען די שחיטה וועט מען איהם מאכן קערצער מיט א קאפ. דער האלמינער רב האט אויף דעם געענפערט וז"ל:

"אז היטלער ימ"ש האט געהארגעט 6 מיליאן אידען, וועט זיין 6 מיט נאך איינס, און ער האט נישט מורא פון טעראר. עס וועט זיי גארנישט העלפען נאר מתקן צו זיין די שחיטה.

בשעתו ווען די בריוו וואס דער האלמינער רב האט ארויסגעשיקט זענען פארעפענטלעכט געווארן, איז  די רבנים געווארן חושך פאר די אויגן, זיי האבן געמיינט אז זיי עסען גלאט כשר, דעווייל האבן זיי זיך יעצט איבערצייגט אז דאס איז גאר ח"ו......

די רבנים האבן גערופן איינער דעם אנדערן, עס איז געגאנגען חאדאראם.

ווען עס איז אנגעקומען די בריוו צו הגה"צ רבי משה ביק שליט"א, האט ער געהאט ביי זיך איינעם פון זיינע רבנים וואס פלעגן זיצען ביי אים וועגן שימוש, זיין נאמען איז הרב ר' משה פארקאש שליט"א א תלמיד פון ישיבת ר' חיים בערלין אין פלעטבוש. ער האט געזאגט דאס ער גלייבט נישט די זאכען, ער מוז זיך גיין אליין איבערצייגן.

הרב ר' משה פארקאש איז א חכם און א אומן יד, ער האט זיך באלד אויסגעלערנט שחיטה, א חלף שטעלען, נאך דעם ווען ער האט אלעס גוט געקענט איז ער אראפ געפארן צו די שחיטות מיט עדות, און ער האט אלעס מברר געווען אז די זאכן וואס שטייען אין די בריוו זענען אמת.

ער האט אלעס איבערגעגעבען פאר הרב ביק שליט"א, נאך דעם ווי הרב ביק שליט"א האט דאס אלעס געהערט איז ער ארויס מיט א דרשה און ער האט געזאגט אז מען טאר נישט עסען די עופות פון וויינשטאק, וויינלאנד, עס זענען ספק נבילות וטריפות.

באלד נאך דעם פסק האבן אלע ליטווישע ישיבות אויפגעהערט צו נוצען די עופות פון וויינלאנד מיט וויינשטאק.

און עס פארשטייט זיך אז אלע תלמידים פון די ישיבות האבן אויך נישט גענוצט מער די שחיטות, ביז די קאמפאני וויינלאנד איז געגאנגען באנקראט, זי איז געגאנגען אויף אקשען, די בעלי בתים האבען אונטער געשטעלט אייגענע מענטשען זאלן דאס אפקויפן פאר אקליינעם  פראצענט פון ריכטיקן פרייז, און אזוי האט דאס ווידער אנגעפאנגען צו ארבעטען, אויף א קלענערן אופן.

נאך דעם ווען די בעלי בתים האבן געזעהן וואס הרב ביק שליט"א האט אנגעמאכט, און אז צוליב דעם האט מען אינגאנצען אויפגעהערט צו גלייבן פאר די בעלי מכשירים און זייער הכשר האט מער נישט געטראגן קיין שום ווערט. זענען זיי געקומען צו די החלטה, אז מען מוז עפעס טוהן מיט הרב ביק, מען קען דאס נישט אזוי צולאזען.

די בעלי בתים פון די פלייש חברה מיט די שוחטים מיט מנהלי התאחדות הרבנים וואס זענען אויך געעווען א חלק פון פארדינערס אויף די עופות, צוליב זייער הכשר ועוד.

זיי האבן פראבירט סטראשען הרב ביק מיט כל מיני סטראשונקעס, עס איז אבער נישט געגאנגן.

האט מען אנגעפאנגען פארשידענע אנדערע מעטאדן, מען האט געמאכט אסיפות פון רבנים, און מען האט איהם שוין אריינגענומען אין התאחדות הרבנים, גרויס געמאכט, צוגעזאגט גרויסע פאסטענס פאר זיינע קינדער און איידעמער, (וואס הגם די ערנסטע רבנים האבן דעמאלטס געשריגן אז ער איז א תלמיד פון ישיבה יוניווערסעטי, און עס איז א בזיון גדול פאר די התאחדות הרבנים, אבער די געלט חברה האבן גובר געווען) וואס עד היום זעהט מען וואס מען האט זיי געגעבען, די הכשרים פון די מקוואות ועוד, אלץ כדי ער זאל מיט האלטן מיט די התאחדות הרבנים און אזוי וועט מען ווייטער אויפבויען א נייעם שטארקן הכשר וואס אפילו הרב ביק וועט אויך מיט האלטן און אזוי מיט די צייט וועט מען נאכאמאל אנפאנגן צו גלייבן זייערע  הכשרים.

צום סוף האבן די רבנים פון התאחדות הרבנים ארויס געגעבען א קול קורא אין דעם "איד" ווי זיי דערציילען אז עס איז געווען אן אסיפה אין התאחדות הרבנים במעמד הרבנים וכו' (זעהט אין די קו"ק) און לייקענען אפ אז עס איז מעגלעך בעולם אז איין שוחט זאל שעכטן מער ווי 600 עופות איין שעה. און דער קול רינון וואס עס איז ארויס בשעתו פון האלמינער רב איז שקר. ממילא יאכלו ענוים וישבעו. עיי"ש.

קאמענטארן זענען איבעריג, היינט ווייסט שוין יעדער, אז יעדער שוחט שעכט איבער טויזענט א שעה.

דער ועד הכשרות האט דעמאלטס מפרסם געווען דוקאמענטן פון די רעגירונג אז מען שעכט גרויסע קוואנטומס עופות. די רבנים האבן גאנץ גוט געוואוסט אז מען נארט זיי אויס און וואס מען טוט, אבער זיי האבן מסכים געווען, אבי פון היינט אן זאל מען שעכטן כאטש נישט מער פון 600 עופות איין שוחט אין איין שעה.

ווען מען האט געפרעגט דעם האלמינער רב, נו וואס זאגט איר יעצט? איר זעהט וואס די רבנים שרייבען אין דער איד?

האט דער האלמינער רב געענפערט ב"ה אז איך האב מנצח געווען, ווייל ביז יעצט האבן אלע שוחטים און בעלי בתים געזאגט דאס מיר האבן א כתב פון באטערער רב מיטן סיגעטער רב אז מען מעג שעכטן 1200 איין שוחט אין איין שעה און אויב דער שוחט קען מער שעכטן מעג ער שעכטן וויפיל ער וויל. נו אויב אזוי האב איך היינט א געדריקטן פסק פון די רבנים פון התאחדות הרבנים אז מען טאר נישט און מען קען נישט שעכטן מער ווי 600 עופות אין איין שעה.

און פאר דעם פסק האט מיר אלעס געלוינט, איך האב נישט געחלומ'ט אין ווילדסטען חלום אז עס וועט מיר אזוי גוט געלונגן. און הלוואי זאל דער צאל פון שחיטה נישט ארויפגיין און מען זאל זיך האלטן ביי דעם סכום וועל איך כאטש קענען זאגן אז די שחיטה איז כשר בדיעבד.

וועגען די מלחמה פון די שחיטות זעה באריכות בספר אכילת בשר הלכה למעשה. ובספר מי יאכילנו בשר.

בשנים כתיקונם זענען שוחטים געווען אנגעשטעלט פון דער קהלה, נאר די קצבים האבען געטוהן זייער אַרבעט וכו' כידוע.

היינט איז רח"ל דער מצב טויזענט מאל ערגער, פארוואס?

א.  די שחיטות זענען זייער גרויס, דאס הייסט מאסען פראדוקציע און די הויפט עוולה איז דאָס וואס די שוחטים קענען זיך נישט קעגען שטעלען די קצבים=בעלי בתים, ווייל די קצבים זענען א חלק פון די שוחטים אליין, ווי באוואוסט איז ר' עזריאל גליק און ר' יחזקאל גליק שותפים מיט וויינשטאָק'ן 50% אויף 50% פון די ערשטע מינוט. מיר האבען עדות אויף דעם, ווי ר' עזריאל גליק האט דערציילט פאר זיינעם א חבר ביי א שמחה אין מאנרא דאס ער האט פון די ערשטע מינוט אָן אריינגעלייגט 1000$ און וויינשטאָק האט אויך אריינגעלייגט 1000$, וויינשטאָק האט פארקויפט און ר' עזריאל האָט געזוכט ביליג עופות און גע'שחט'ן, און אזוי איז אָנגעגאַנגען, ביז די ביזנעס האָט זיך פאַרגרעסערט, און עזריאל האָט אריינגעלייגט 2000$ און וויינשטאָק אויך 2000$, און מען האָט אָנגעפאַנגען צו קויפען קעלבלעך, שחט'ן און פאַרקויפען, דאָס האָט ער דערציילט אָפען ביי אַ שמחה, און אַ ידיד מיינער האָט דאָס געהערט; און אַזוי האָט ער ווייטער דערציילט, דאָס היינט פאַרקויפט מען 470 אָקסען אַוואָך וכו'. דאָס איז א חוץ דעם וואָס וויינשטאָק פאַרקויפט עקסטערע וואָס גייט נישט אין שותפות, [חוץ פון קעלבער און לעמער].

בהנוגע די עופות ווייסען מיר און אַזוי אויך אַלע שוחטים דאָס אברהם ווערצבערגער איז געווען בעל הבית און ער האָט פאַרקויפט פאַר וויינשטאָק'ן און גערעכענט פאַר אים וויפיל עס האָט זיך נאָר געלאָזט, ממילא קען מען פאַרשטיין וויבאַלד אַז דריי פון דעם סטעף שוחטים זענען געווען בעלי בתים האָבען זיי געטוהן ביי די שחיטה וואָס זיי האָבען געוואָלט און אַלע איסורים זענען געוואָרען התירים.

וויבאַלד עס איז געוואָרען עבר ושנה נעשה לו כהיתר, איז צוגעקומען אַז:

די חלפים האָבען קיינמאָל נישט געהאַט קיין פגימות (חוץ איין מאָל).

די מפרקת'ן האָבען קיינמאָל נישט פוגם געווען.

די הגרמות זענען נאָר געווען פאַר יוראָפּ, בפרט טאָר מען נישט פאַרגעסען דאָס די שוחטים האָבען געאַרבעט אויף עטליכע פלעצער, און איבעראָל איז געלאָפען אַ שנעלקייט פון "אַ פּאַפּ קאָרען שחיטה" כדי עס זאָל זיי קאָסטען אַלעס ווייניגער, און פאַרקויפען פאַר טייער.

1.  דער פלענט זאָל רעכענען ווייניגער.

2.  ווייניגער שוחטים.

3.  ווייניגער משגיחים  וכו' וכו'.

4.  נאָך איין זאַך האָבען די שוחטים בעלי בתים אויף געטוהן גרויסע זאַכען אין די שחיטה פלענטס.  זיי האָבען געגעבען יעדן שוחט לויט ווי שנעלער ער האט געאַרבעט, און דאָס האָט געמאַכט אַ שנאה פון איין שוחט צום צווייטען, מען האָט יעדן שוחט געצויגן ביים האַלדז וויפיל מען האָט נאָר געקענט, למשל ר' ישראל בער מענדלאָוויטש נ"י האָט באַקומען מער פון ר' יחזקאל ווערצבערגער.

דער אַלטער שוחט ר' יחזקאל ווערצבערגער האָט באַקומען די ווייניגסטע, און אַזוי האָבען זיי אָנגעמאַכט קנאה ושנאה פון איין שוחט אויף דעם אַנדערן שוחט.

זיי האָבען איינגעפירט אַ בעסערן סיסטעם פון די אַמעריקאַנער שוחטים יוניאָן.  ביי די שוחטים יוניאָן פלעגט מען באַקומען געהאַלט לויט די קעפ וואָס מען האָט געשחט'ן, און דאָ פלעגט מען צאָלען יעדען לויט זיין קלות, צו ער האָט ווייניגער גערעדט קעגן די שחיטה וכו'.

די אינפאָרמאַציע פלעגט ר' יחזקאל ווערצבערגער שו"ב דערציילען אָפען פאַר יעדן איינעם.

עס פאַרשטייט זיך אַז די דריי שוחטים (קצבים שותפים) ר' אברהם ווערצבערגער, ר' יחזקאל גליק, מיט ר' עזריאל גליק, זיי האָבען דעם סאַטמאַר רבי'ן זי"ע אַרומגענומען און זיי זענען געווען די געטרייע חסידים וואָס האָבען באַדינט דעם רבי'ן זצ"ל אָן אַ פעני די גאַנצע צייט.

זיי פלעגן געבן צו אַלע צדקה טעטיגקייטן פעטע נתינות, וואָס יעדער בר דעת קען פון דעם אַליין ציען מסקנות וואָס דאָס מיינט.

די מלחמה פראָנט קעגן די שחיטות האָט זיך אָנגעפאַנגען בערך 30 יאָר צוריק, ווען וויינשטאָק'ס חברה האָבען אָנגעפאַנגען צו באַגראָבען די צעהלימער שחיטה, וואָס איז נאָך דעמאָלס געווען גאָר אַ שטאַטע שחיטה.

בימים ההם איז אַרויסגעקומען דער קאָסענער רבי הרה"צ ר' ישראל ראָטענבערג שליט"א, ער האָט געשיקט בריוו פאַר די רבנים, אויך פאַר די וועלט מעורר צו זיין דעם דעת הקהל זאָלן וויסען וואָס עס גייט פאָר ביי די שחיטות.

דאָ וועלן מיר ברענגען אַ טייל בריוו וואָס עס איז אונז געלונגען צו באַקומען.  עס איז אַרויס נאָך בריוו וואָס מיר האָבען נאָך נישט באַקומען, און מיר האָפען דאָס משלים צו זיין אין צווייטען חלק בעזהי"ת.

עס איז אינטרעסאַנט צו וויסען וואָס די חברה (בוטשערס-קצבים-שוחטים) בעלי בתים האָבען געטוהן, זיי האָבען אַרויס געלאָזט פאַרשידענע לשון-הרע'ס קעגן דעם קאָסענער רבי'ן, און מכלומרש'ט אַז ער האָט מבזה געווען דעם סאַטמאַר רבי'ן שליט"א [זצ"ל], און מען האָט אַרויפגעלייגט אויף אים אַ נאַס ליילעך כאילו ער מיינט נאָר דעם רבי'ן, און נישט די שחיטה וכו'.  ביז מען האָט אים געהייסען מקבל נזיפה זיין און די בריונים קצבים הנ"ל האָבען געפויקט אין די גאַסען דאָס די קאָסענער זענען אַלטע שונאים פון דער היים, און ממילא מיינען זיי נישט די שחיטה, נאָר זיי מיינען אויף צו פרישען אַן אַלטע מחלוקת.

אויך איז אינטרעסאַנט צו וויסען וואָס זיין ברודער הרה"צ ר' משולם ראָטענבערג דער קאָסענער רבי האָט מיר דערציילט, דאָס יאָרען לאַנג פלעגן די קצבים איהם זוכען צו כאַפּען, און וואו ער איז געגאַנגען פלעגט מען איהם נאָך קוקען, און זיין רעבעצין האָט כסדר געציטערט ביז ער איז אַהיים געקומען בשלום.

אויך האָבען מיר געהערט דאָס בעפאָר ער האָט געטוהן דעם שידוך מיט כ"ק אדמו"ר שליט"א מוויזשניץ פון מאָנסי, האָט די סאַטמאַרער רעביצין פאַרפירט מעשים דער שידוך זאָל בטל ווערן אָבער השי"ת האָט געהאָלפען און עס איז ב"ה אַדורך.

מיר האָבען געפרעגט איינעם פון די יודעי דבר, פאַרוואָס האָט זיך די סאַטמאַר רעביצין אַריינגעמישט אין דעם שידוך?  וואָס גייט איר אָן די גאַנצע זאַך צו ער טוט יאָ דעם שידוך אָדער נישט? האָט מען אונז געענטפערט דאָס די סאַטמאַר רעביצין האָט באַקומען פון די וויינשטאָק'ס יעדעס יאָר שווערע טויזענטער דאָלער'ס, ממילא האָט דאָס פשוט געמיינט געלט.  "כי השוחד יעור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים".

מיר האָבען געהערט פון קיוויאַשדער רבי'ן שליט"ט דאָס מיט יאָהרן צוריק האָט ער געוואָלט מאַכן אַ כשר'ע שחיטה, עס זאָל זיין אונטערען נאָמען סאַטמאַר, אָבער דאָס זאָל זיין מיט אַלע הידורים, און ער האָט גערעדט מיטן סאַטמאַר רבי'ן זצ"ל, און דער רבי האָט אים געגעבן חיזוק, און האָט געזאָגט דאָס ער וועט אים צוהעלפען.

ויהי היום נאָך גרויס מי האָט דער קיוויאַשדער רבי שליט"א ערלעדיגט שוחטים, מיט אַ שלאַכט הויז, מיט אַ בוטשער סטאָר, אַלעס וואָס מען האָט נאָר געדאַרפט, און ער איז אַריבער געגאַנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן אַלע פרטים און תקנות וואָס דער רבי וויל איינפירען.  פלוצלונג האָט פאַסירט אַ פאַנטשער, וויינשטאָק איז געוואָר געוואָרען און איז אַרויסגעפאָרען צום רבי'ן קיין מיאַמי און גערעדט מיט די רעביצין און מיט עזריאל'ן וכו', און זיי זענען אַריין צום רבי'ן און געמאַכט אַ ויצעקו היתכן? מען וויל אונז באַגראָבן?!!!, מען האָט געזאָגט פאַר'ן רבי'ן זצ"ל דאס וויינשטאָק גיט אַסאַך געלט פאַר די מוסדות וכו'.

בקיצור, דער רבי זצ"ל האָט געהייסען פאַר דעם קיוויאַשדער רבי'ן שליט"א דאָס ער ראָט איהם ער זאָל זיך אָפּלאָזען פון די גאַנצע זאַך.

דעם אַנדערן טאָג איז שוין אַרויס אַ געפערלעכער פאַשקעוויל אַקעגן דעם קיוויאַשדער רבי'ן שליט"א און ער איז צוריק צום רבי'ן און געפרעגט דעם רבי'ן זו שכרה?, האָט דער רבי געהייסען אַרויס געבן אַ צעטיל פון התאחדות הרבנים זיך אָנצונעמען פאַר דעם קיוויאַשדער רבי'ן און מיט דעם האָט זיך געענדיגט די שחיטה.

די עמלקים האָבען מנצח געווען.

*   *   *

דאָס זעלבע האָט זיך אָפגעשפילט אין שנת תשל"ג ווען דער האלמינער רב שליט"א איז אַרויס קעגן די שחיטה.

עס זענען אַרויסגעשיקט געוואָרען זיבען בריוו צו צוואָנציג רבנים, קהילות, און בוטשער סטאָרס פון פאַרשידענע קהילות, ובפרט פון קהילת סאַטמאַר.

ער האָט מגלה געווען גרויסע סודות וואָס טוט זיך ביי די שחיטה און ער האָט אַרויסגעשיקט בריוון אונטער פאַרשידענע נעמען.

ווי איז דאס באַוואוסט געוואָרען אַז דער האלמינער רב האָט אַרויסגעשיקט די בריווען?.

א.  אזוי ווי זיי האָבען געזען אַז עס איז נתגלה געוואָרען אַלע סודות וואָס גייט פאָר, און פונקטליך ווען יעדער שוחט פאָרט און קומט, וויפיל טראָקס עס קומען אַריין, וויפיל באַקסעס עס איז דאָ אויף אַ טראָק, ווען די שוחטים פאָרען, און ווען זיי קומען, און אַזוי ווייטער, האָבען די שוחטים פאַרשטאַנען אַז דאָס קען נאָר זיין אַן אייגענער שוחט, און ווי עס קוקט אויס האָבען זיי נישט געטראָפען קיין אַנדערען ערליכען שוחט אויף וועמען חושד צו זיין, על כן האָבען זיי מחליט געווען אַז דאָס איז טאַקע דער האלמינער רב וואָס איז געווען שוחט און האָט זיך אַ סאַך מאָל אָפּגערעדט אויף די שחיטות.  (עס זעט אויס אַז ער איז נישט געווען קיין שותף אין די ביזנעס, ממילא האָט ער געקענט אַרויס גיין אַ קעגן די מאכילי טריפות).

וואָס האָבען די שותפים של עמלק געטוהן?.

1.  זיי האָבען אָנגעפאַנגען אַ גאַנצע מלחמה פון לשון הרע קעגען דעם האלמינער רב.

2.  זיי האָבען אים געמאַכט פאַר אַ שונא פון רבי'ן זצ"ל.

3.  זיי האָבען אים געמאַכט פאַר אַ שונא פון גאַנץ קהילת סאַטמאַר,  כאָטש ער האָט נישט געמיינט, נאָר וויינשטאקס מאסען שחיטה, וועלעכע די גבאים פון סאטמער רבין האבן דאס צוליב ביזנעס, אריינגעברענגט אין סאטמער בוטשער סטאר (זעה ווייטער דעם בריוו פון התאחדות הרבנים א קעגען די שחוטי חוץ).

4.  דעם זעלבן סיסטעם מיט לשון הרע'ס האבען זיי אנגעפאנגען קעגן יעדן רב וואס האט פראטעסטירט קעגן די מאסען שחיטה'ס.

5.  דער האלמינער רב האט זיך אבער נישט דערשראקען פון דעם געוואלדיגען טעראר וואס עס איז געווען קעגען איהם נאר אזוי ווי עס איז ממש געווען א סכנה מען זאל אים ח"ו הארגענען האט ער געמופט קיין בענזענהויז, און ער האט זיי געלאזט וויסען דאס ער האט שומרים פון די "ריכטיגע" איטאליענער חברה, און אויב זיי וועלען עפעס זיך וואגן צו טוהן, וועט זיי זיין ביטער. דער מעטאד האט געהאלפן און זיי האבן טאקע געציטערט.

6.  עס איז כדאי צו דערמאנען וואס דעמאלטס בשעתו האט דער קלויזנבורגער רבי שליט"א געזאט ביי א דינער פאר זיין האספעטעל (ווי עס איז געווען עטליכע הונדער רבנים פון גאנץ א"י), און ער האט דערציילט די מעשה אז א שוחט איז ארויס געקומען און ער האט מגלה געווען די סודות וואס עס גייט פאר ביי די שחיטה, און אז אלע אידן אין אמעריקא ווערן אנגעפיטערט מיט נבילות וטריפות א.ד.ג. און ער האט דערציילט דאס דער האלמינער רב האט געמוזט אנטלויפן ווייל די חברה האבן אים געוואלט הרגענען, האט זיך אנגערופען דער קלויזנבורגער רבי, "אבער איך האב שוין א ווייסע בארד און האב שוין קיין מורא פאר זיי.

7.  דער האלמינער רב האט בשעתו ארגאניזירט א וועד הכשרות דהתאחדות הקהילות וואס איז געווען אונטער די השגחה פון דעברעצינער רב שליט"א, וואס יארן שפעטער האט מען געסטראשעט דעם דעברעצינער רב, אז אויב ער וועט נישט אויפגעבען וועט מען איהם הרג'ענען. צו סוף האט ער נישט געהאט קיין כוח קעגען שטיין דעם טעראר און ער האט געמוזט אויפגעבען.

אבער ווער עס פאלגט נאך דעם מדריך הכשרות וואס איז דעמאלטס בשעתו ארויסגעגאנגען, וועט זעהן גענוג קלארע פאקטן וואס די מחריבי הדת האבן אלץ אפגעטוהן כלומרשט אונטערן דעקמאנטעל פון סאטמער.

8. אויך האט דער האלמינער רב ארויסגעגעבען צענדליגער ספרים וועגן עניני שחיטה וואס דארט איז ער מבאר אלע ענינים בכובד ראש.

9. ער האט אויך ארויסגעגעבען ספרים וועגן דער שחיטה צוזאמענגעקליבען פון איבער טויזנט ספרי שו"ת וכדומה וואס רעדען ארום וועגן די מכשולות פון שחיטה, און ווי אזוי עס דארף אויסזעהן א כשרע שחיטה.

10. עס איז באקאנט די מורא'דיגע מעשה וועגן 5 שוחטים פון עמפאיער כשר זענען נעבעך אוועק ביי דעם קאר עקסידענט, ווען א טראק האט אריינגעהאקט אין זייער קאר, איז ארגאניזירט געווארן א הספד. דער הספד איז פארגעקומען אין בית יעקב.

דער דעברעצינער רב שליט"א האט געדונערט ביי די דרשה ער האט געזאגט אז עס איז א צייכען מן השמים, אז די 5 שוחטים זענען אוועק, צוליב דעם, ווייל מען גיט נישט אכטונג אויף די חמשה הלכות שחיטה. און ער האט געזאגט מיט א וויינענדיגען קול, אז ווער עס האט געגעסען פון די גרויסע שחיטות וואס מען שעכט 900 און 1000 עופות איין שוחט אין איין שעה זאל מען כשר'ן די כלים. און אויך דעם בויך וואס מען האט דאס אריינגענומען אין זיך, דער עולם האט שטארק געוויינט ווען מען האט געהערט די דרשה.

נאך די דרשה איז געבליבען דארט א היבש ביסל מענטשען פרעגן דעם האלמינער רב פארשידענע שאלות וואס צו טוהן ווייטער וועגען די עופות, און אנדערע מאכלים, מען זאל ווייטער נישט נכשל ווערן.

בתוך הדברים האט דער האלמינער רב זיי דעמאלטס דערציילט עטליכע אינטערעסאנטע עפיזאדען:

1. די לעצטע פיר וואכן האב איך געהאט עטליכע אסיפות מיט עטליכע פון די שוחטים וואס זענען נעבעך אוועק, דער האלמינער רב האט זיי געבעטן דאס זיי זאלן מאכן אן אפמאך אלע שוחטים אינאיינעם אז זיי ווילן נישט שעכטן מער ווי 600 עופות, איין שוחט, אין איין שעה.

די שוחטים האבן געזאגט אז זיי האבן מורא זיי וועלען פאלירן די פרנסה, זיי וועלען זיכער נישט מצליח זיין, און אויב זיי וועלען פאלירן די פרנסה וואס וועלען זיי טוהן? פון וואו וועלען זיי נעמען פרנסה. [דער אמת איז אז א שוחט איז גאנץ אנדערשט ווי א סתם איד וואס ארבעט אין א פעקטארי אדער אין א ביזנעס; א סתם איד קען גיין צו יעדער ארבעט, אבער א שוחט וואס הייסט א כלי קודש, פיהלט ער אז קען נישט טוהן אבי וואס].

זיי האבן נעבעך געוואלט, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין אונטערשטיצונג פון א רב המכשיר דאס מען זאל זיך קענען פאר אים אפרעדען אז מען טאר נישט און מען קען נישט שעכטן אזויפיהל וכו', און דער רב זאל נאך אויך וועלען מתקן זיין, ווייל דער סדר בדורינו מיט די רבנים המכשירים, אז אויב איין רב וועט זאגן אז עס איז נישט כשר וועט קומען מארגן א צווייטער רב און געבען א הכשר, און דער רב אליין ציטערט פאר דעם.

   2. דער האלמינער רב דערציילט ווייטער (נדפס בס' סיפורים נוראים ונפלאים ח"ב):

איך וועל אייך פארציילן א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון הגה"צ מקלויזענבורג שליט"א [זצ"ל], וז"ל:

אין יאָר תשל"ו, איידער איך האָב אַרויסגעגעבן דעם "מדריך לכשרות" נומער 14, וואָס דאָרט האָט זיך אָנגעפאַנגען די מורא'דיגע היסטאָריע פון אַנטפּלעקן די סקאַנדאַלן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין גערעדט כמעט מיט אַלע רבנים פון התאחדות הרבנים אַז זיי זאָלן זען מתקן צו זיין די שחיטה, האָב איך געהערט אַז דער קלויזנבורגער רבי איז אַ גרויסער מומחה אין עניני שחיטה. בין איך אַריבער מיט אַ בנש"ק (וואָס איז אויך אַ מומחה אין שחיטה) צום קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל.

בשעת מיר זיינען אַריינגעקומען, פרעגט אונז דער רבי, וואָס איז אונזער באַגער, האָבן מיר געענטפערט אַז מיר זיינען געקומען איבערשמועסן דעם מצב הכשרות וועגן די סקאַנדאַלן וואָס קומען פאָר ביי די שחיטה.

האָט דער רבי אונז באַלד געזאָגט, אַז אויב אין שנת תשל"ו זענען נאָך דאָ צוויי יונגעלייט וואָס עס טוט זיי וויי אַז מען פיטערט דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, מעג שוין משיח קומען.

און אַזוי האָב איך אָנגעפאַנגען צו דערציילן פאקטן וואָס עס טוט זיך ביי די שחיטה. מיר האָבן גערעדט וועגן כל מיני שאלות ותשובות וואָס עס האָבן זיך אָפּגעטוהן אין אַלע דורות אין מצב פון די שחיטות. דער קלויזנבורגער רבי האָט געוואוסט וועגן צענדליגער שחיטה ספרים וואָס ברענגען אַראָפּ אַלע מיני מעשיות, וואָס מיר איז דאָס מערסטע דערפון געווען באַקאַנט.

און אַזוי האָב איך דערציילט דעם רבי'ן פאַרשידענע מעשיות. ער איז מיט גאָרנישט געווען הינטערשטעליג, און האָט אונז געזאָגט, אַז ער שרייט שוין 30 יאָר אַז מען עסט זיך אָן אין אַמעריקע מיט נבילות וטריפות. אויך האָט ער צוגעלייגט אַז אין דער אַלטער היים אין קלויזנבורג פלעגט ער לויפן צו די שחיטה דריי מאָל אַ טאָג, ווייל ער האָט געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט. אויך האָט ער צוגעלייגט, אַז דער הייליגער חתם סופר פלעגט דאָס זעלבע טוהן, ווי ער שרייבט אין די תשובה (יו"ד סימן י"ח) אַז ער פלעגט גיין עטליכע מאָל אַ טאָג צו די שחיטה, און כל שכן ווי מיר דאַרפן זיין געוואָרנט, ווייל דער בעל דבר איז עלטער געוואָרן, און ווייסט שוין מער אופנים ווי אַזוי צו מאכיל זיין טריפות אויף אגרויסן פארנעם.

דער קלויזנבורגער רבי האָט אונז געזאָגט: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין.

ומעשה שהיה כך היה:

עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן ימיש דער שוחט. דער ימיש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.

ימיש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.

ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' ימיש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט ימיש קיין בערלין.

האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.

דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט ימיש'ן.

דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.

די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט ימיש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' ימיש אָנגענומען די שחיטה.

דער שוחט ר' ימיש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.

עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.

דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.

דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?

דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.

דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' ימישן צום גרויסן שפּיטאָל אין זייער געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. אויך האָט מען באשטעלט די בעסטע דאקטורים פון איבעראל. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע. די דאקטוירים האבן נאכן באטראכטן דעם שוחט, באלד מחליט געווען אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.

דער שוחט ר' ימיש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' ימיש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' ימיש איז אַהיים געגאַנגען.

די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' ימיש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' ימיש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.

אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' ימיש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' ימיש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:

"ימיש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"

האָט ר' ימיש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".

דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "ימיש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' ימישן, די האַנט, און ימיש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.

איצט האָט ימיש ווייטער דערציילט:

"היינט, אינמיטן דער נאַכט, איז נאָך אַמאָל געקומען דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "ימיש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".

דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "ימיש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".

דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".

דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.

דער קלויזענבורגער רבי האָט אויסגעפירט: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן געוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.

אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף דעם עולם און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט זיין א גורם פאַר אַ ציבור אידן זאלן עסן טריפות.

דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.

נאך דעם ווען דער האלמינער רב האט פארענדיגט פארציילן די מעשה מיט ר' ימיש דעם שוחט, איז דארט געשטאנען הר"ר יוסף קויפמאן שליט"א וואס ער איז געקומען מאכן טעיפס און ער האט אלעס דעמאלטס אויפגעחאפט אויף טעיפס וואס איז דא עד היום צובאקומען.

און ר' יוסף רופט זיך אן, איך בין אויך דארט געווען אין בערלין, איך האב געוואוינט אין שכנות פון דעם שוחט ר' ימיש, מיין טאטע האט מיך מיטגענומען צו איהם אין האספעטעל מבקר חולה זיין, איך בין א סאך מאל געווען ביי איהם אין שטוב מיט מיין טאטן מבקר חולה זיין, ווען די האנט איז געווען געלעמט, און איך געדענק ווען די האנט איז געזונט געווארן, ממש תחיית המתים.

דער עולם איז דעמאלט געוואר געווארן וואס דאס מיינט א מאסען שחיטה, און ווי דער בעל דבר פארפירט דעם עולם.

10. שפעטער זענען ארויס געקומען צענדליגער רבנים גאוני ומאורי ישראל די אמתע ערליכע רבנים, (ועי' תולדות יעקב יוסף פ' וישב באריכות החילוק) און האבען געדונערט ביי זייערע דרשות וועגן די כשרות פון די עופות מיט בשר בהמה איבער גאנץ אמעריקא. צענדליגער רבנים זענען טעראריזירט געווארן מיט די גרעסטע טעראר, אבער די אמתע רבנים האבן זיך נישט דערשראקן, וואויל איז זיי בזה ובבא.

 

 


 

מכתב ד

קול ברמה נשמע!

להסיר מכשול

אל כל אחינו בני ישראל החרדים לדבר ה', ובראשם הרבנים הגאוה"צ חברי התאחדות הרבנים שליט"א.

ביום שבת אחר הצהרים טיילתי עם חבירי בחוצות וויליאמסבורג, ובפתע פתאום ראינו טרעלער גדול שהי' מלא בשר בהמה, אשר עכו"ם הורידו ממנו חצאי בהמות, ובעצם יום השבת קודש הובילוהו את חצאי הבהמות הללו לתוך חנות ווינשטאק.

לא התעצלנו, וניגשנו כדי להסתכל על החצאי בהמות לראות אם יש עליהם פלאמבע"ס, אבל לתמהונינו לא היו עליהם שום פלאמבעס! זאת אומרת שהבהמות הללו אינם כשרים ממה נפשם, אם נשחטו בהכשר של התאחדות הרבנים, הרי הם בכלל "בשר שנתעלם מן העין" כיון שהיו זמן רב בלי השגחה, ומי יודע אם נשחטו בכלל כדת משה וישראל, אולי לא נשחטו בכלל והרי הם נבילות וטריפות גמורים רח"ל?

אי אפשר להעלות על הרעיון כלל ועיקר שהרי אנו אוכלים מבשר בהמות הללו.

אחת שאלתי:

איפה הם חברי התאחדות הרבנים? מדוע שתקי רבנן על העוולה הנוראה הזו?

הכי יעלה על הדעת שטרעילער גדול של עשרים פיס יכנס בעצם יום השבת קודש אל תוך שכונת וויליאמסבורג החרדית והמעטירה, וחברי התאחדות הרבנים אין יודעים מזה כלל?

לדעתי עליכם לארגן אסיפת מחאה גדולה דוגמת המחאה היתה בוואשינגטאן נגד גיוס בנות בארץ ישראל, כי במקרה דנן הרי אין כאן רק גיוס בנות, אלא גיוס בנים ג"כ בכלל, דהלא כולנו אוכלים מבשר הזה.

 

a

 

מכתב ד

(העתק ממכתב הנ"ל, בשפת אידיש)

קול ברמה נשמע!

להסיר מכשול

אל כל אחינו בני ישראל החרדים לדבר ה', ובראשם הרבנים הגאוה"צ חברי התאחדות הרבנים שליט"א.

שבת נאכמיטאג בין איך געגאנגען שפאצירן אין וויליאמסבורג מיט מיין חבר, האבן מיר געזען א ריזיגן טרעילער פול מיט פלייש וואס גויים נעמען אראפ דערפון גאנצע זייטן פון האלבע בהמות, און מען טראגט דאס אריין בעצם יום השבת קודש אין וויינשטאק'ס געשעפט.

מיר האבן זיך נישט געפוילט, נאר מיר זענען צוגעגאנגען קוקן אויף די זייטלעך פלייש אויב עס זענען דא פלאמבעס דערויף, אבער מיר האבן נישט געזען קיין איין פלאמבע! דאס מיינט, אז די בהמות זענען נישט כשר, זייענדיג "בשר שנתעלם מן העין", אפילו אויב זיי זענען יא גע'שחט'ן געווארן אונטער אן ערליכע השגחה.

אבער מי יודע, אפשר זענען זיי בכלל נישט גע'שחט'ן און זענען פשוט נבילות?

עס ווילט זיך אפילו נישט ברענגען אויפ'ן רעיון דער קלענסטער חשד אז מיר עסן אט די בהמות.

איך וויל פרעגן:

וואו איז די התאחדות הרבנים? פארוואס שווייגן די חשובע מיטגלידער פון די התאחדות הרבנים?

איז דען מעגליך אזא זאך, אז א גרויסער טרעילער פון 20 פיס לאנג קומט אריין מיט נבילות אין וויליאמסבורג, און איר ווייסט נישט דערפון?

איך בעט מען זאל דורכפירן א גרויסע פראטעסט פארזאמלונג, אפילו אין וואשינגטאן, אויב עס קען פאסירן אזא עוולה אין וויליאמסבורג, אין עצם יום השבת קודש. עס איז פונקט אזא געפערליכע צרה ווי גיוס בנות אין ארץ ישראל, וואס קעגן דעם פראטעסטירט מען יא בראש כל חוצות, ווייל דאס איז נישט נאר גיוס בנות, נאר אויך "גיוס בנים", מיר עסן דאך אלע פון דעם דאזיגן פלייש.

ועל זה באתי על החתום,

ב. פארקאש

 

a

 

תוכן מכתב ד'

א. מספר מה שראה בעצמו בחוצות וויליאמסבורג איך שהביאו בעצם יום השבת קודש בהמות ממקום אחר לחנות של וויינשטאק, ולא היו על בהמות אלו שום פלאמבעס.

ב. זאת אומרת שהבהמות, גם אם נשחטו כדת תחת השגחת התאחדות הרבנים, יש בהם משום איסור בשר שנתעלם מן העין.

ג. מי יודע אם אינם טריפות גמורים, שנשחטו בלי שום השגחה כלל וכלל?

ד. מעורר את חברי התאחדות הרבנים, מדוע שתקי רבנן ולא קאמרי מידי נגד הפירצה הנוראה הזו של מכירת בשר ועופות נו"ט בהבוטשער של קהל יטב לב ד'סאטמאר, ובזה מכשילים את כל הקונים התמימים שחושבים לפי תומם שמוכרים שם בשר שנשחט והוכשר בהשגחת התאחדות הרבנים?

 

a

מכתב ה

קול נהי!

לכבוד הרבנים הגאוה"צ חברי התאחדות הרבנים שליט"א.

באתי לעורר אודות מכשול גדול מאוד שנתקעתי בו.

היות ואני קונה עופות מבית השחיטה של וויינלאנד העומדת תחת השגחת התאחדות הרבנים, ואני מוכר את העופות הללו להציבור, ואני מכשיר אותם בביתי.

פעם אחת כאשר הייתי שם בבית השחיטה של וויינלאנד, ראיתי איך שמשגיח (אחד בלבד), יהודי חשוב עם זקן ארוך, בעל צורה מהודרת, אשר תפקידו היתה לבדוק את הבני מעיים (קישקעלעך) וצומת הגידין, ובמקום לבדוק מה שהי' עליו לבדוק, הי' מוריד את השומן (פעטן) מעל העופות כל הזמן, ולא הי' בודק את הבני מעיים וצומת הגידין כלל וכלל, וג"כ אין מוציאין שם את הדם בעין והגידין מצווארי העופות במקום שחיטה.

אחר זמן רב שראיתי כל זה, שאלתי את המשגיח הנ"ל מי בודק את הקישקעלעך וצומת הגידין, ולמה משאירין את הגידין באשר הם שם, הלא עפ"י הלכה יש לעשות כל זה? וענה לי המשגיח, שהכל עומד תחת השגחת התאחדות הרבנים, והם אומרים לו בדיוק מה לעשות שם.

לכן באתי בשורות אלי לעורר אתכם על מה שעושה המשגיח שעובד עבור השגחת "התאחדות הרבנים", ונא לשלוח רבנים יראים לפקח על מקום השחיטה הנ"ל.

אני כותב שורות אלה בשם כל קהל ישראל, ונא ליתן אוזן קשבת לדברינו הנ"ל, ולתקן את המכשלה על אתר, כי בנפשינו הוא.

בעה"ח י"ז בתמוז תשכ"ז

שניאור זלמן ראטמאן

 

 

a

 

תוכן מכתב ה'

א. מספר מה שראה בבית השחיטה של וויינלאנד, שמי שהי' עומד בתור "משגיח" עבור התאחדות הרבנים, במקום לבדוק את הבני מעיים וצומת הגידין, הי' מסיר את השומן (פעטן) מעל העופות, ולא הי' בודק את הקישקעלעך וצומת הגידין כלל וכלל.

ב. לפי תומו ענה ה"משגיח", שהוא עושה הכל על דעת הרבנים של התאחדות הרבנים, ומקיים רק מה שפקדו עליו לעשות.

ג. מעורר לשלוח רבנים מובהקים לשם, לראות מה עושים השוחטים והמשגיחים (לדאבונו לא מצא הכותב יותר מ"משגיח" אחד שלא הי' משגיח כלל, אלא שכל עבודתו היתה ביזנעס, להסיר את השומן מעל העופות ולמכרם אח"כ בכסף מלא קודם חג הפסח לאחב"י החרדים).

 

 

a

 

 

מכתב ו

מחאה נמרצה

לכבוד מנהלי ודייני קהילות וישיבות ייטב לב העומדת תחת דגל כ"ק אדמו"ר שליט"א.

משכו וקחו, משכו ידיכם מע"ז שבידכם מהשחיטות הגדולות שהם ממש נבילות וטריפות רח"ל, היות שכולם שמעו דברי אלוקים חיים מדברת מתוך גרונו של האדמו"ר מפאפא אשר צעק לפני 8 שנים כשהתחילו שחיטות הגדולות לאלפים ולרבבות לשעה, ואמרו הרבנים מצעלים ופאפא אשר יותר מ-300 עופות לשעה אסור לשחוט בשום אופן, ובבוטשער סטאר שלהם מכרו רק מהשחיטה "נאָרט 4" בוויליאמסבורג ששוחטים 300 לשעה, ועכשיו העלו את המחיר בגלל שעשרים אחוז של העופות נטרפו מחמת שאלות בבני מעיים וצומת הגידין, ועכשיו חדשים מקרוב באו, דוברים של המאפיא שהם אנשי בית המטבחיים הגדולות, ובתחבולות שונות עשר אשר כל אחד יקנה רק נבילות וטריפות של 1200 עופות ויותר לשעה, שחיטה כשירה ומהודרת בהכשר אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א עפ"ל, הגם שרבינו שליט"א מעולם לא נתן שום הכשר כאן באמעריקע על שום דבר, וכש"כ שלא לקח כלל שום אחריות על שום ענין הנוגע להשחיטה ובדיקה מליחה וניקור כידוע. - והועד הכשרות אומר לא תיגע בו יד בעניני שחיטות. כפי הנראה שוויינשטאָק לבד עם המאַפיא שלו לא הי' יכול לעשות כלום כי הוא מפחד מאלפים יהודים חרדים, מה עשה הס"מ? ייסד ועד הכשרות והכריזו שצריכים לקנות רק משחיטות וויינשטאָק.

אחר כך באו בעלילה על הרה"ג אבד"ק טענקא שליט"א שנותן הכשר רק על פאטעיטע טשיפ שזה היא רק חשש איסור דרבנן, וכאן אמרו שלשה רבנים אמרו ששחיטת ייטב לב היא מאה אחוז דיעבד ואלף היתרים של שעת הדחק, ושוחטים ומאכילים את כל קהל סאַטמאַר נבילות וטריפות ממש רח"ל, על חשבון אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, ה"י.

ומה קרה עם הבני מעיים וצומת הגידין שהטריף האדמו"ר וגאב"ד פאפא? זה שייך רק אם שוחטים 300 עופות לשעה, ובמקומות ששוחטים מ1200- עד 1500 לשעה אין מוצאים שם טריפות על בני-מעיים, שם הכל טוב, ולא נמצא כלום.

השובי"ם הרוצחים שהרגו את דורינו בשחיטת נו"ט, ועל דמינו קונים בתים וגורמים שמד לבנינו רח"ל. אנו מוחים נגדם ומכריזים בשער בת רבים שהשובי"ם הרוצחים אינם באי כוחו של אדמו"ר שליט"א, ובודאי אילו אדמו"ר שליט"א הי' יודע מה נעשה, הי' קורע בגדיו והי' צועק צעקות גדולות ומרות וכו', וכל ההפקירות הזו נעשה רק משום שוויינשטאָק משחד לסאַטמאַר, וכן משחד את הגבאים של כ"ק אדמו"ר שליט"א וכו'. זהו גרוע יותר מגיוס בנות בארה"ק, ששם משמידים רק בנות וכאן משמידים הבנים ג"כ.

ושאלה בפינו: איך יוכלו ללמוד תורה כאשר המוחות נתפטמו במאכלות נבילות וטריפות, פרעה לא גזר אלא על הזכרים, ושחיטת וויינשטאָק שנקראת על שם סאַטמאַר גזרה על הנקיבות ג"כ, משום שצריכים לקנות רק משחיטת סאַטמאַר.

האם יכול כל אחד לשהות בבית המטבחיים שלכם, ולראות כל היום מה שקורה אצלכם? למה קהילה קטנה כמו פאפא לוקחים רק משחיטת קטנות, ואנו שיש לנו קהלה גדולה, נהי' תחת כפיית השמד רח"ל, כמובא בספר תורת משה פרשת קדושים, שרוב האפיקורסים באים מאכילת נו"ט, והרי על דבר זה נצטער אותו צדיק, שלחם אדמו"ר שליט"א כל ימיו נגד כתות המינים והאפיקורסים שלא להיכנע להם.

אנו רוצים שחיטות עופות כאן, לא במקומות שחוטי חוץ שלא יוכלו לראות כלום, כמו שחתם כ"ק אדמו"ר שליט"א ביחד עם עוד רבנים שליט"א שאסור לאכול משחיטת חוץ (ראה לקמן הקו"ק). ברצונינו שקהל ייטב לב תנהיג שחיטות גסות ששוחטים שם רק 10 בהמות לשעה, ולא יותר, ומכל שכן שלא ישחטו 80 עד 100 בהמות לשעה, ורק אז מוכנים אנו לקנות בשר רק מסאַטמאַר.

למה בבית המטבחיים של קהלת ברייער שוחטים רק מ8- עד 15  עופות לשעה, ויש להם שוחטים בודקים משגיחים, רק בקהלתינו אין להם כלום. מסכימים אנו לשלם 3$ לפונט טשיקען או לבהמה פלייש, רק שיהי' כשר לכתחילה, ולא כפי דעת השובי"ם המשקרים את הרבים ואומרים שיכולים לשחוט יותר מ1000- לשעה, זה אינו כי הלכות שחיטות היא במשהו.

אנו עובדים כל היום והלילה להיות יהודים כשרים, ולבסוף נתוודע לנו שאנו אוכלים נבילות וטריפות. תדעו נאמנה אשר לא נחשה ולא ננוח ולא נשקוט, ואם לא יכניסו תיקונים באופן השחיטה, נפרסם בכל העולם ויתודע לעין כל למה עשה ה' לנו, ולמה חרה עלינו שכמעט רוב בתי אחינו בנ"י מלאים צרות ומחלות רח"ל מיתות משונות, מיתות ילדים יונקי שדים בחורים אברכים לומדי תורה שלא חטאו!

תדעו שעליכם אמר קרא לא תעמוד על דם רעיך, ומי יודע אם מה שרבינו שליט"א אינו בקו הבריאות אינו בשביל חטא זה, שמגדלים דור מקבלי משיח עם נבילות וטריפות. מה תענו ליום הדין?

ואיתא בספרים שעיכוב ביאת משיח צדקינו הוא מחמת אכילות נבילות וטריפות, ויעזור השי"ת לגדור גדר בעדנו וימנע הרעה הזה מאתנו, וישלח לנו משיח צדקנו אמן.

נ"ב, הנני לגלות שדברי "המאור" היא 100% בצדק, כמו שראיתי בחוש לפני חצי שנה.

 a