דף קכו        PAGE 126

גליון "קול הסת"ם" # 126
טבת תשס"ח לפ"ק

א' פרשת ויחי טבת תשס"ח לפ"ק

לכבוד הכותב שנקרא בשם מיסטער "זאלץ" [אבל השם האמיתי הוא מכשיל את הרבים, ושותפו של עמלק]

המשך ממכתב הקודם:

היות וכל ישראל ערבים זה לזה לכן אכתוב לך כמה נקודות, אתה כותב:

לכבוד ר' נחום, וז"ל מיסטער זאלץ:

מיסטער זאלץ:

בנוסף צו די אלע זאכן, לייגסטו ארויף אויף דיין האטליין א סטראשענדיגע מעסעדש פון איינער פון יאקאב'ס קינדער. די עצם פאקט אז יענער האט זיך אידענטעפאצירט צייגט איינער פון צוויי זאכן: 1) אז דער רופער איז איינער וואס האט ליב ווען עס טוט זיך לעבעדיג.

תשובה:

[אפשר ביזטו טאקע א שותף מיט דעם טעראריסט, וואס די נעמסט זיך גאר אהן פאר איהם]

מיסטער זאלץ:

ער האט א געשמאק פון צולייגן גאזאלין צום פייער.

אפשר זענט איר דאס טאקע מיסטער זאלץ.

מיסטער זאלץ:

אויב עס איז יא יאקאב, דאן וואס ער זאגט איז נישט מער פון א שיגרא דלישנא וואס מענטשן ניצן כסדר זיך אויסצוגעבן דעם כעס פון די אלע צרות וואס די מאכסט אים אן. מענטשן ניצן כסדר דעם פראזע "איך וועל דיך הרגנען" אבער קיינער נעמט דאס נישט אן מיט אן ערנסטקייט. עס איז קוים דא וואס האבן דאס געזאגט און דערנאך אויסגעפירט אויף למעשה.

אפשר זענט איר דאס טאקע, מיסטער זאלץ.

מיסטער זאלץ:

אויך, וואס איז מיט די "שטותים" וואס דער סופר בלום זאגט אז מ'האט געוואלט אוועקלייגן זיין זיידע דער קאשוי'ער רב זצ"ל. וואס איז דאן? פורים?!? דאס איז אלעס קינדעריש גערעדט.

מיסטער זאלץ:

איר מיינט טאקע אז די וועלט איז משוגע? יעדעס קינד ווייסט וואס מען האט געוואלט טוהן, און וואס מען האט איהם געטוהן, די צייטונגען האבן אלעס געשריבן בשעתו, נאר איר מיסטער זאלץ, עשה עצמו כאילו לא ידע, און וויל נאך איינרעדען אנדערע אויך, פארסמ'ען נאך מיליאנער אידען וואס ווייסן נישט אלץ וואס איר מיסטער זאלץ ווייסט גאנץ גיט!!!!

מיסטער זאלץ:

איר שרייבט: עס איז נאך דא וואס צו זאגן אבער די צייט ערלויבט דאס נישט. אפשר ביי אן אנדערע געלעגנהייט.

יא מיסטער זאלץ:

איר זענט דער אותו האיש אליין, אויב וועט איר נישט תשובה טוהן באצייטענס, וועט דו גאנצע וועלט וויסען ווער איר זענט, איך האלט סוף הכבוד לבוא!!!