דף קכב        PAGE 122

גליון "קול הסת"ם" # 122
טבת תשס"ח לפ"ק

א' פרשת ויחי טבת תשס"ח לפ"ק

לכבוד דער שרייבער וואס רופט זיך "זאלץ"

המשך ממכתב הקודם:

דער נאמען "זאלץ" פאסט פונקט פאר אייך, איר האט געחייגט גענוג זאלץ צו פארשטיין ווער איר זענט!!!!

דער סך הכל איז וואס מען פארלאנגט דא איז אז דער טרייפענער קלף סוחר יאקאב, מיט די אנדערע קלף סוחרים וואס האבן נאך נישט קיין השגחה, פארלאנגט מען פון זיי מען זאל נעמען אן השגחה!

מען זאל נישט פארקויפן טרייפענע קלף פון אראבער'ס אונטער די לאנגע בארד!

מיר רעדן נישט פון קיין מעשין!

מיר רעדן נישט פון קיין לכתחילה?

מיר רעדן נישט פון קיין דיעבד?

דרייט נישט קיין קאפ?

מיר ווייסען ווער איר זענט!!!!

מיר רעדן פון אראבישע קלף וואס קומט גראד פון יריחו מיט עזה גאנצע טרעילערס מיט קלף אין די צענדליגע טויזנטערס וואס ווערט פארקויפט פאר די קלף סוחרים!
דער יאקאב איז דער גרעסטער סוחר # 1 אין די גאנצע וועלט!

אויב זענט איר נישט זיין שותף, איז דאס גענוג איר זאלט דאס פארשטיין!

אלע אידן, יעדעס קליינע קינד פארשטייט, אז מען טרינקט נישט קיין שום משקה אדער קיין קענדי אן א הכשר?

און איר קענט נישט פארשטיין אז קלף פון אראבער איז נישט כשר?

[די רבנים אין ארץ ישראל ווייסען פאר א פאקט אז אין יריחו איז דא א יונווערסיטי וואס אראבער און ארבקעס מיט קינדער פון זיי שרייבען ספרי תורות תפילין ומזוזות שוין אריבער 30 יאר, און מען פארקויפט דאס אין די גאנצע וועלעט פאר גאר ביליג, מיר האבן גענוג דוקאמענטן], אבער יעדער איינער פארשטייט אז מפלפל זיין אין דעם איז נאר פאר די שותפים אין די ביזנעס, וואס זיי זענען די גרעסטע "שמד ארגאניזאצייע" אויף דעם גאנצען כדור העולם.

אדרבה קוקט נאך וואס די 86 רבנים הגאונים וצדיקים פון שומרי סת"ם פון ווארשא שרייבען!

היינט איז דאס אסאך ערגער!

מיר בעטען ווער עס וויל זיין אין די הצלת נפשות ארגאניזאצייע זאל אוועקגעבען אביסל צייט אין מתרגם זיין אלע מאמרים פון הרב ר' נחום ראזנבערג אין עטליכע שפרייכען, וועט ער ווערן גערעכנט צווישען די מזכי הרבים וואס צדקתם עומדת לעד.

די אלע וואס ווילען העלפען פאר סוחרי הקלף אבער פאר די סופרים וואס ווילן זיך ריינוואשען און זיי האבען מורא אז מען וועט זיי רופן צו א דין תורה צוריק בעטען דאס געלט, זאלן זיי וויסן, עס וועט זיי גארנישט העלפן, ווייל זיי האבען צו טוהן מיט אידן וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש ממש.

די מלחמה וועט אנגיין אי"ה ביז אלע סוחרים וועלען נעמען השגחה!!!

אויב פארשטייט איר נישט וואס מען רעט צו אייך דאן איז שוין אן ענטפער אויף אלע אייערע קשיות שוין לאנג אפגעשריבען אין קלף כשר . קאם

www.klafkosher.com

נאר ווי עס פארטייט זיך אז איר ווילט נאך פראבירן צו פארסאמען אין די גאז קאמערן, די וואס האבן נאך נישט געזעהן דעם וועב סייד:

www.klafkosher.com

געדענקט, איר רעט נאר צו די הולכי נמושות, וואס זיי וועלען אויך היינט מארגן געוואר ווערן דעם אמת.

קושטא קאי שיקרא לא קאי!!!!!